top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלייה לציון ככלות השבעה לפטירתו פונעם ראש ישיבה מרן הגרי"ג אדלשטיין זצוק"ל

דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


שטייענדיג ככלות השבעה צו די הסתלקות פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זכר צדיק לברכה, איז נעכטן צופרי פארגעקומען די מעמד עלייה לציון על קברו אויפן פונוביז'ער בית החיים אין בני ברק בראשות בניו הרבנים הגאונים אין פילע תלמידים ויוצאי הישיבה.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער עצרת הספד אין די גרויסער פונוביז'ער ישיבה אין בני ברק ווי די גדולי ראשי הישיבות האבן אויפגעטראטן מיט דברי הספד.


היינט דינסטיג קומט פאר אן עצרת הספד אין די חברון'ער ישיבה אין ירושלים ווי הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבודקא וועט אויפטרעטן מיט מילי דהספידא.


אין אנדערע נייעס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אן עצרת הספד אין די געיטסהעד'ע ישיבה ווי דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט''א האט מספיד געוועהן אין באוויינט די גרויסער אבידה.





Comentários


bottom of page