top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הסתלקות הרה"ק מביאלא זצ"ל: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס

מוצאי שבת פ' קדושים • ג' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

לעצטע אפדעיט:



מיטוואך אמור 1:30:

בני האדמו"ר מגור ביים מנחם אבל זיין בשליחות הקודש.


מיטוואך אמור 1:00:

האד' ממשכנות הרועים ביים ניחום אבלים היינט פארמיטאג. (בילד קרעדיט: מ.א.נוימן)


דינסטאג אמור 11:00:

אן אינטערסאנטע מחזה האט זיך אפגעשפילט נעכטן ביים ניחום אבלים בחצר הקודש ביאלא ווען כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א האט זיך אוועקגעזעצט אין ביהמ"ד און געלערנט משניות לעילו נשמתו פונעם ביאלא רבי'ן זצ"ל נאכן מנחם אבל זיין ביי די קינדער הרבנים שליט"א. (בילד קרעדיט: מ.א.נוימן)


מאנטאג אמור 9:00:

הגה"צ רבי יוסף ראבינאוויטש שליט"א בנו חביבו פונעם רבי'ן זצוק"ל תפילת מעריב היינט אויפדערנאכט.


מאנטאג אמור 7:30:

די מודעות לקראת די סיום ימי השבעה.


זונטאג אמור 10:00:

יעצט ביים ניחום אבלים איז אנגעקומען הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א וואס איז צוגאסט אין ארץ ישראל, בשליחות הקודש פון אביו כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א.


זונטאג אמור 8:00:

כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ביי ניחום אבלים.


זונטאג אמור 2:00:

כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ביים מנחם אבל זיין הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א (בילד קרעדיט: מ.א.נוימן).


זונטאג אמור 10:00:

כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א קומט יעצט אן אויף ניחום אבלים אין בית המדרש הגדול ביאלא אין ירושלים.



מוצאי שבת פ' קדושים:

די פאריתומטע פלאץ פונעם רבי'ן זצוק"ל אין ביהמ"ד וואו עס איז אויסגעלייגט געווארן די 137 ספרים 'מבשר טוב' וואס די רבי זכר צדיק לברכה האט אליינס מחבר געווען לאור עולם. (בילד קרעדיט: שלומי טריכטר)


מוצאי שבת פ' קדושים:

זמני ניחום אבלים צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל ביי די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א: די קומעדיגע טעג זונטאג, מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך ווען זיצן שבעה אין די שטיבלעך בבנין ביהמ"ד הגדול ביאלא אויף רח' יעקובזון אין ירושלים, פארמיטאג צווישן די שעות 10:30 ביז 1:30, און פון 5:30 נאכמיטאג ביז 10:30 ביינאכט.

5:30

יעצט ערב שבת נאכמיטאג נאכן מסע הלוי' פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק מביאלא זצוק"ל האבן זיך די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים געזעצט שבעה אינעם עזרת נשים בבנין ביהמ"ד הגדול ביאלא, וואו הונדערטער חסידים זענען דורך מנחם זיין די אבלים, גלייכצייטיג האבן זיך פילע תלמידים וחסידים אראפגעזעצט אויף דער ערד אין בית המדרש הגדול ווי מען האט געזאגט די קינה פון 'אנשי אמנה', זייענדיג איינגעהילט באבל וביגון קודר נאך די שרעקליכע אבידה וואס זיי האבן ליידער פארלוירן.



4:15

נגנז ארון הקודש: אין די יעצטיגע מינוטן בפניא דמעלי שבתא איז כ"ק האדמו"ר הרה"ק מביאלא זצוק"ל געברענגט געווארן למנוחת עולמים בחלקת אבותיו הקדושים אויפן הר הזיתים. וואו דער מנהג ירושלים זענען די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א נישט ארויסגעקומען אויפן פעלד. מען האט געמאכט די "הקפות" דורך די רבני הקהילה וחשובי העדה, און נאך די קבורה, האט מען געזאגט די פסוקים כנהוג, אויף וואס דעם רבינס איידעם הרה"ג רבי אברהם יצחק ווייס שליט"א ראש כולל ביאלא האט געזאגט דעם קדיש מיט גרויס התעוררות.



2:40

אין די יעצטיגע מינוטן איז דער מיטה דורך אויף רחוב מאה שערים, פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, וואו כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז ארויסגעקומען צו די לוי' בראש קהל חסידיו אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן נפטר דער צדיק אמת, די רבי שליט"א האט געזאגט קדיש און דאן באגלייט די מיטה עטליכע גאסן אויפן וועג צום הר הזיתים.



2:30

כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א איז ארום 1:00 מיטאג אנגעקומעם צום בית הלויות שמגר וואו די רבי האט אפגעווארט די מיטה פון ידידו ורעו דער ביאלא רבי זצוק"ל זקן חברי מועצת גדולי התורה, די רבי איז געזעצן אין קאר און איז נאכגעפארן די מיטה ביז רחוב מנחת יצחק, אויפן וועג צום לוי' אין ביהמ"ד הגדול ביאלא.


2:10

יעצט ביים לויה איז די גאנצע ציבור פארבעטן געווארן צו פארלאזן דאס ביהמ"ד צו פארמיידן א געדרענג און סכנת נפשות, אלופי אלפי ישראל באגלייטן אצינד די מיטה ברחובות קרתא דשופריא צופינס ביז צום הר הזיתים, דורך די גאסן פון יעקובזון, חנה, עלי הכהן, צפניה, יחזקאל, כיכר השבת, און מאה שערים.



1:45

ביים לוי' אין גרויסן ביאלא ביהמ"ד איז יעצט געהערט געווארן קורצע דברי פרידה פון הגאון רבי מאיר בראנד שליט"א מחשובי רבני ביאלא מראשי כולל שומרי החומות וחבר בית דין צדק מחזיקי הדת וועלכע האט געבעטן מחילה בשם כל הקודש, און פארגעליינט טייל פון צוואת קדשו פון רבין זצ"ל וואו די רבי בעט איבער די חסידים כבן המתחטא לפני אביו, וגעו כל העם בבכיה, די בכיות אין ביהמ"ד איז עד לב השמים, די איבעריגע טייל פונעם צוואה און די הכתרה וועט מען פארליינען הערשט ככלות השבעה.


1:40

די מסע הלוי' אין ביהמ"ד הגדול האט זיך נארוואס אנגעהויבן מיט אמירת תהלים, פארגעזאגט ּפסוק בּפסוק דורכן גבאי ביהמ"ד הגדול הרב נתן דוד זאנשיין, טויזנטער חסידים האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה.



1:30

דרכי ציון אבילות: הונדערטער חסידי ביאלא זענען אצינד פארזאמלט אין ביאלא ביהמ"ד ארום די מיטה פונעם רועה נאמן, צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען אנוועזנד אין ביהמ"ד: האדמורי"ם מקארלין סטאלין, באיאן, סערט וויזניץ, בוהוש, זוועהיל, קאפיטשניץ, אוזרוב און נאך פיל.


1:20

אין די יעצטיגע מינוטן האט מען פארענגידט די טהרה אין בית הלויות שמגר, דער ארון וועט ביז געציילטע מינוטן אנקומען צום לוי' אינעם ביהמ"ד הגדול, מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף 'קול בחצרות' ביי נוממער 9/1 פון די מעין מעניו.


12:15

ווייטערדיגע באריכטן איבער די לוי' וואס איז געפלאנט אויף היינט 1:30 פון ביהמ"ד הגדול ביאלא אין די עזרת תורה געגענט, איז געמאלדן געווארן אז מחמת קוצר הזמן צו קענען אניאגן די לוי' בעפאר שבת וועלן נישט זיין קיין הספדים, מען וועט זאגן תהילים און באלד דערנאך באגלייטן די מיטה צופיסנס - כמנהג ירושלים ביזן הר הזיתים וואו די רבי זצוק"ל וועט קומען לקבורה בחלקת אבותיו הקדושים.


פאר די עלטערע אידן וועט זיין צוגעשטעלט באסעס צום הר הזיתים, און נאכן קבורה וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע צו אלע שטעט אין ארץ ישראל פאר די חסידים אהיימצופארן אויף שבת.



11:30

אשכבתיה דרבי: די מסע הלוי' פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק וקדוש לברכה וועט ארויסגיין היינט ערב שבת"ק 1:30 מיטאג פון ביהמ"ד הגדול ביאלא איף רח' יעקובזון אין ירושלים אויפן וועג צום הר הזיתים ווי די רבי וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון המצוינת פון אביו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע, וירב בבת יהודה תאניה ואניה.


Comments


bottom of page