top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְהִצִּיל אֶת הַלְּחוּצִים: טויזנטער האבן זוכה געווען צו פייערן הילולת רשב"י אין מירון טראץ אלע שוועריקייטן און צוימונגען

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בהר בחוקתי • ל"ג בעומר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN

דורכאויס די ערשטע טייל פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר האבן שוין צענדליגער טויזנטער אידן זוכה געווען אנצוקומען קיין אתרא קדישא מירון, און נאך רבבות אלפי ישראל פלאנירן אנצוקומען היינטיגן דינסטאג ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון בר יוחאי.


ווי באריכטעט פאריגן פרייטאג, האט געהייסן אז מירון וועט זיין אינגאנצן אפגעשפארט, און פרייטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו אונטערגעשריבן אן ארדער צו ערלויבן בלויז עטליכע הונדערט מענטשן, געוואנדן אינעווייניג און אויפן גאס, צוליב דער מלחמה געפאר.


עס זענען געשטעלט געווארן בלאקאדעס אויף אלע שאסייען אין געגנטער וואס פירן קיין מירון, צו שטערן באסעס און אויטאס פון אהינפארן, אבער אין רעאליטעט ווערט באריכטעט אז שוין בזמן כניסת היום האבן געוויילט עטליכע טויזנט אידן אין מירון, און טראץ די שווערע וועטער האט זיך נישט אויפגעהערט די ריקודין אינעם חצר וואו הונדערטער אידן טאנצן נאכאנאנד מיט א זעלטענע שמחה.


אן אויסטערלישע מסירות נפש זעהט זיך אן אויף די וועגן און שטעגן קיין מירון, אידישע קינדער מיט זייער התשוקקות ארויפצוקומען קיין מירון צום אתרא קדישא ביומא דהילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אום ל"ג בעומר, האבן זיך געקלעטערט צווישן די פעלדער און וועלדער שעות לאנג, טייל פון זיי מיט קינדער און האבן ב"ה עפ"י רב באוויזן אנצוקומען אהין.


די פרואוון פון די מדינת ישראל אויטאריטעטן צו צעשטערן ל"ג בעומר ווערט אויפגענומען מיט ווייטאג, נאכדערצו אז נעכטן נאכט איז פארגעקומען אין א סטאדיום 20 קילאמעטער ווייט פון מירון א גרויסע ספארטס שפיל אן קיין צוימונגען.


אידן איבער דער וועלט בעטן און האפן אז מען זאל קענען ווידעראמאל פראווען די הילולא געהעריג ׳מתי אבוא ואראה׳ אן קיין צוימונגען, מען איז מתפלל אז דער געהויבענער טאג ל"ג בעומר זאל אריבערגיין אן קיין מכשולות און שוועריגקייטן, סיי דארט אין אתרא קדישא מירון און סיי איבער דער גארער וועלט, און פועל'ן אלעס גוטס בזכות התנא רבי שמעון, וכדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.



bottom of page