top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך המחדש ימינו כקדם‎

היינט צופרי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) ארומשפאצירט ארום אלע מנינים און שטיבלעך אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, צוקוקענדיג מיט א קורת רוח ווי אלעס גייט צוריק ווי געהעריג. אזוי אויך האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די טישל אין ביהמ"ד ווי די עסקנים פארקויפן די זיצן אויף דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעלל"ט וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בראשות דעם רבי'ן שליט"א. אין אנדערע נייעס האבן תושבי ב"פ אויפגענומען די גוטע בשורה אז עס האבן זיך צוריק געעפענט די טויערן פון דעם בארימטן ביהמ"ד 'שומר שבת' אויף די דרייצענטע עוועניו וואו עס קומען ווייטער פאהר מניני תפלות תמידין כסדרן ווי געהעריג.



bottom of page