גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער ביי בחורי ישיבה גדולה 'תפארת מרדכי וויזשניץ-ב"פ', ווען דעם שב"ק האבן די בחורים געהאט די זכיה מיטצולעבן דעם גאנצן שבת במחיצת כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-ב"פ שליט"א וועלכע איז אנגעקומען צוגאסט אין סטעטן-איילענד לעשות את השבת מיט די בחורי הישיבה. די חסידים וועלכע וואוינען אין ב"פ האבן נישט מוותר געווען צו פארפאסן אזא געהויבענעם שבת בצלא דמהימנותא און צענדליגע געסט פון איבער גרעיטער ניו יורק זענען געקומען קיין סטעטן-איילענד מיטצוהאלטן דעם שבת. ביים טיש פרייטאג-צונאכט'ס האבן זיך באטייליגט פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן זיך לעצטענס אריבערגעצויגן צו די נייע יושוב אין שפיץ פון די חסידישע רבנים ודיינים אין שטאט: סקווירא דיין, צוויי גור'ע דיינים, בעלזא דיין און נאך. די מיטאג-טיש האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אין שטוב פון הנגיד ר' שלום ברוך שווארץ הי"ו וועלכע האט בייגעשטייערט א גרעסערע סומע לטובת הישיבה. מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים סקווירא'ן דיין און דערנאך איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' אין שטוב פון הנגיד ר' דוד נאדלער הי"ו וועלכע האט בייגעשטייערט א גרעסערע סומע לטובת הישיבה. אין אנדערע נייעס גרייטן זיך די הנהלת הישיבה צו עפענען די צווייטע כתה פון די ישיבה גדולה, נאך א יאהר פון גרויס הצלחה ברוחניות ובגשמיות וועלכע דערקענט זיך ביי די חשובע בחורים תלמידי ישיבה גדולה ד'וויזשניץ-בארא פארק.

Comments