מאנטאג פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
אן ערהאבן מעמד חלוקה איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך דורכן מפעל הכביר "קרן הצלה" פאר די מוסדות התורה והחינוך על טהרת הקודש אין ארץ ישראל. די מעמד איז פארגעקומען אין די עדה החרדית הויפטקווארטירן אין בנייני "זופניק", בעצם יומא דהילולא פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה וועלכע איז אלע יאהרן געשטאנען צו די רעכטע האנט און באגלייט די הייליגע מפעל כל כל צעד ושאל. ביים דעם מעמד קידוש ה' האבן זיך צונויפגענימען אלע מנהלי המוסדות פון איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע, אין שפיץ פון די שרי התורה חברי בי דינא רבא דירושלים עיה"ק.
הרבני החסיד ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו'שב ראש קרן הצלה וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן פון ניו יארק האט געלאזט הערן אויסטערלישע דברי התרגשות וואו ער האט זיך באדאנקט פאר אלע אידן, אומערסטענס תלמידי וחסידי סאטמאר פון אמעריקא אין קאנאדא וועלכע האבן צושטאנד געברעגנט די חלוקה.
דערנאך האט מען געהערט א דרשה און דברי ברכה פון חבר הבית דין צדק הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א און דאן האט הרה"ח ר' שלמה יוסף הי"ו פארטיילט די תמיכות פאר די חשובע מנהלי המוסדות, אין צוגאב צו די הוספה וואס מען האט מוסיף געוועהן לאור די יעצטיגע גאר שווערע מצב וואס די מנהלי המוסדות מוטשען זיך און קומען ארויס קיין חוץ לארץ צו שאפן די געלעטער.
Comentários