top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק תולדות אהרן אפגעהאלטן יערליכער "יום שכולו תורה" אלס הכנה צום יו"ט שבועות

מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שמואל דריי


תלמידי וחסידי ק"ק תולדות אהרן האבן זיך נעכטן זונטאג צוזאמגענומען אויף די יערליכער "יום שכולו תורה", לקראת דעם יום טוב שבועות - חג מתן תורתינו, בראשות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. דער "יום שכולו תורה" איז נתייסד געווארן מיט ניין יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אז דער גאנצער ציבור הגדולים עם הקטנים, בעלי בתים און אברכים זאלן אפשפארן די געשעפטן און ביזנעסער און ווידמען דעם טאג בלויז צום לערנען, צו קענען מקבל זיין דעם עול תורה כראוי וכיאות.


דער "יום שכולו תורה" האט זיך אנגעפאנגען ארום 2:00 מיטאג צייט, ווען די טויזנטער יונגעלייט און בעלי בתים פון ירושלים, בית שמש, טבריא און חריש, האבן זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, און האבן זיך געזעצט צו די גמרות, שולחן ערוך און אנדערע ספרי הקודש, וואס האט אנגעהאלטן ביז אום 7:00 אווענט, ברציפות אן אויפהער.


אין די זעלבע צייט האט דער "וועד מפעל השיעורים שע"י ק"ק תולדות אהרן" צוגעשטעלט ספעציעלע שיעורים אין אלע מקצועות התורה, דורך פילע מורי הוראה פון די העדה החרדית, וועלכע האבן יעדער אין אן אנדערן ווינקל פון ביהמ"ד פארגעלערנט שיעורי תורה. אויך האבן עטליכע רבנים שליט"א אויפגעטראטן מיט דרשות פאר די פארשידענארטיגע חבורות, וואו זיי האבן אנגעווארעמט דעם ציבור מיט דברי תורה און חסידות לקראת דעם הייליגן טאג יום חג מתן תורתינו הממשמש ובא.


בשעתן סדר הלימוד איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ערשינען במלוא הודו והדרו און האט זיך צוגעזעצט צו די פילע לומדי התורה אין לויף פון עטליכע שעה, וואס האט צוגעגעבן גאר א שטארקן חשקות התורה און התמדה אינעם גאנצן ביהמ"ד. דער יום שכולו תורה האט, ווי געזאגט, אנגעהאלטן ביז 7:00 אווענט, ווען דאן האט זיך דער ריזיגער ציבור הלומדים אויפגעשטעלט אינאיינעם און געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים, און די פסוקי קבלת עול מלכות שמים וואס די רבי שליט"א האט פארגעזאגט מיט התלהבות דקדושה. דאן האט די רבי משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש אלס הכנה דרבה צום הייליגן יום טוב שבועות.


ביים ענדע האבן אלע לומדים באקומען "לחיים" פון רבי'ן שליט"א, און מ'איז אדורך נעמען דעם ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, און וואונטשן א גוט יום טוב. גלייכצייטיג איז ארויסגעשטעלט געווארן א ליסטע וואו יעדער וואס האט אנטיילגענומען ביים יום שכולו תורה האט זיך איינגעשריבן, און זיין נאמען איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם ספר הזכרון וואס וועט איבערגעגעבן ווערן פאר'ן רבי'ן שליט"א נאכן עולה זיין ביי קריאת התורה אום יום טוב שבועות, אויף וואס דער רבי שליט"א וועט מאכן א ספעציעלער "מי שברך" און זיי אינזיהן האבן לדבר ישועה ורחמים.





























































bottom of page