וּתְנוּ כָבוֹד לַתּוֹרָה • יערליכער סיום הש"ס אין חברה ש"ס דקהל באבוב-45
- בחצרות הקודש

- 2 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 3 בדצמ׳ 2024
מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: הילל ל"ש
דעם פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די יערליכע מעמד סיום הש"ס דורך אריבער 60 אינגעלייט חשובע בני תורה מסלתה ומשנה פון קהלה קדושה באבוב 45.
די אינגעלייט האבן זיך פארהערט אויף גאנץ ש"ס לויט די ספיציעלע סדר פונעם 'חברת ש"ס ד'באבוב-45' ווי מ'לערנט יעדן טאג גאנצע 8 בלאט מיט כסדרדיגע בחינות, און לויט דעם סדר ענדיגן און פארהערן זיך רוב פון די אינגעלייט אויף גאנץ ש"ס יעדעס יאר, און טייל פון די יונגעלייט יעדע צוויי יאהר - דאס אלעס אויסער די סדרי הכולל.
עס איז געווען א מחזה הוד צוזעהנדיג די סעודת מצווה שתלמידי חכמים מסובין בה ווי עס האבן זיך משתתף געווען די חשובע חתני התורה און זייערע בני בית און בראש המסובין דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע האט מפאר געוועהן בראש החגיגה שעפנדיג קורת רוח פון די אויסטערלישע דערגרייכונגען אין קנין תורה פון אונזערע יונגעלייט אויף אזו אומבאגרייפליכן פארנעם. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א וועלכע האט מיט פאסיגע דברי תורה ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון אזא מעמד.
מיט א יראת הכבוד האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, איינע פון די חשובע נבחנים אין די חבורה האט מסיים געווען גאנץ ש"ס, און דאן האט מען אנגעהויבן ש"ס פון דאסניי, צווישן די מסיימים האט הרה"ג ר' משה אריה אונגער שליט"א א אייניקל פונעם רבי'ן האט געמאכט א סיום אויף חצי ש"ס. נאכפאלגענדיג די סיומים האבן זיך די לומדים ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין לכבוד שמחת גומרה של תורה, טענץ וואס האבן ווירקליך ארויסגעברענגט די טיפע שמחת הנפש צו אזעלכע געהויבענע מאמענטן.
צום לעצט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש און דער ציבור זענען אדורך ביים רבי'ן זיך וואונטשן 'לחיים' און אננעמען ברכת התורה.


















תגובות