top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאלעריע • שיינע רבנישע חתונה בבית באבוב - ביקאווסק - ערלוי בני ברק - וויעליפאלי

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די חתונה פון החתן זון פון בנן של קדושים הגה"צ ר' שמעון גאלדבערגער אב"ד ביקאווסק אייניקל פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, און איידעם ביי הגה"צ אב"ד ערלוי בני ברק שליט"א מיט הכלה טאכטער פון הרה"ג ר' יחזקאל רוטנער שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאמקוט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א.


בראש השמחה האט מפאר געוועהן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין די תפארת רבקה זאלן, ביים חופה איז די רבי מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, אין שפעטער אויפדערנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט צום שמחת החתונה, ווי די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה. נאכן בענטשן האט מען אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצווה טאנץ, און די רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הריקודין לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, אין א געהויבענע ריקוד של שמחה מיטן מחותן אבי החתן הגה"צ אב"ד ביקאוואסק שליט"א.




















bottom of page