top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הלילה הולך אחר היום • האד' מתולדות אהרן מוצאי ל''ג בעומר אין מירון

דאנערשטאג פ' בהר בחקתי - כ' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


דעם דינסטיג פארנאכטס שטייענדיג נאך בעיצומו של יום פון ל"ג בעומר האט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א פארלאזט עיה''ק ירושלים אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון.


בערך אום 11 אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען אויפן דאך פונעם ציון הק' ווי עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים אין עמך אידן עולי מירון. מען האט געדאווענט מעריב ברוב עם נאכגעפאלגט מיט ספירת העומר, גלייך דערנאך האט מען אָנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות ודביקות אין דאן האט די רבי שליט''א צוגעגאסן אויל צום מדורה אויפן דאך פונעם ציון הק' אין מיט א גרויס דביקות, אין מתפלל געוועהן א תפלה חרישית מיט אן התעוררות נפלא וואס האט יעדן מיטגעצויגן. דערנאך האט מען צוזאמען געזינגן די ניגוני ל"ג בעומר, בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, ובפרט ביי פארשידענע שטיקלעך וואס מ'האט איבערגעזינגן פילע מאל, בר יוחאי אשרי יולדתך, תורתו מגן לנו, בזכות אדונינו בר יוחאי, און נאך, און אזוי ממשיך געווען צו אַנדערע ניגוני דביקות והתלהבות.


נאכן מעמד ההדלקה האט די רבי שליט''א אנגעוויטנשן דעם ציבור בברכת לרוב מיט אלע ישועות בזכות התנא האלוקי, אין נאכן מעמד אום 1 אזייגער אויפדערנאכט איז די רבי שליט''א ארויסגעפארן קיין עיה''ק צפת ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת אויף אפרוה אינעם אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יצחק משה יאגודה.


אין די נאכמיטאג שעהן איז פארגעקומען די יערליכע מעמד ההדלקה דורך ק''ק תולדות אהרן אין אתרא קדישא מירון, ס'איז פארגעקומען אויפן נייעם מתחם ההדלקות ביים אריינגאנג צו מירון, ווי כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א האט ממנה געוועהן אחיו הגה''צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן אנצוצוינדן די הדלקה, דער מעמד האט זיך פארצויגן לענגערע שעון בתופים ומחולות ובשירה וזמרה פאָרגעזינגן דורך די בעלי מנגנים פון די תולדות אהרנער קאַפעליע.







Comentarios


bottom of page