בתי מדרשים צוריק אפן אין ניו יורק
10 במאי 2020
זמן קריאה 1 דקות
ווי ברייט באריכטעט האבן פילע בתי מדרשים לענגאויס ניו יורק צוריק אויפגעעפענט די טויערן דעם שבת, נאך די פארלייכטערונג פון די ניו יורק'ע רעגירונג צוריק צו עפענען די בתי מדרשים א דאנק די שתדלנות פון 'אגודת ישראל באמעריקא'. צווישן די בתי מדרשים איז אויך געווען די גרויסע פאפא ביהמ"ד אין וומסב"ג, ווי דער רבי שליט"א איז נישט ארויסגעקומען אין ביהמ"ד נאר האט געדאווענט בחדרו הפרטי. שבת צופרי איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן בלעמער און געוואונטשן גוט שבת פאר אלע חסידים.







תגובות