top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע קול קורא אונטערגעשריבן דורך גדולי ישראל אדמור''י ורבני עיר בארא פארק איבער חומר הענין פון AI

מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נאכנפאלגנדיג די שטארקע אויפוואכונג וואס הערשט ביים יהדות החרדית קעגן דעם פרישן פירצה אין דער שרעקליכער סכנה און מכשול פון דעם נייעם AI סערוויס ערשיינט היינט א פרישע קול קורא אונטערגעשריבן דורך גדולי אדמור"י ורבני עיר ואם בישראל בארא פארק ווי זיי טוהן מעורר זיין די חומר הענין און געוואלדיגן מכשול פונעם נייעם סערוויס וואס מען קען זיך באנוצן דערמיט סיי דורך קאמפיוטער, סיי דורך טעקסט, און אפילו דורך א פשוט'ן טעלעפאן מיט אפענער אינטערנעט אָן קיין פילטער רח''ל, ותוצאותיו מי ישורנה.


דעריבער זענען די רבנים מכריז ומודיע, 'ולכן באנו להזהיר להיות חכם הרואה את הנולד וחוסו על נפש עולליך ולהזהר בכל חומר הדין שאסור להתקשר ולהשתמש בAI ע"י טעלעפון וע"י טעקסט, בשום פנים אפילו בדרך ארעי, אפילו לדברים של צורך, וכן לדברי תורה וכיוצא וזאת נוגע לאנשים ונשים, גדולים עם הקטנים, בחורים, בתולות וילדים, וכן בענין Chat שע"י AI על הקאמפיוטער אסור להשתמש בו אפילו לצורך ואפילו בדרך ארעי''. די רבנים טוהן קלאר שטעלן ''לאלו הנראה להם שצריכים להשתמש במסחר שלהם עם חלקים מהפראגראם הנ"ל, לעת עתה אין פתרון, ובעז"ה ישבו לדון על זה במיוחד, לדעת את המעשה אשר יעשון, זיי זענען ממשיך: ואשרי מי שיבטח בה' ויעשה כל טצדקי שלא להשתמש בו כל עיקר ושכרו הרבה מאוד ולפום צערא אגרא'', און זענען מסיים בברכות לרוב. אויפן קול קורא זענען אונטערגעשריבן כ"ק האדמורי"ם מסקולען, וויזניץ בארא פארק, קאסוב, ספינקא, בית חיים יהושע, תולדות יהודה סטוטשין, סקאליע, בורשטין, אונגוואר, ספינקא 18, פאפא ב"פ און בריזדוביץ. הגה"צ רבי משה וואלפסאן רב דקהל אמונת ישראל, כ"ק גאב"ד טענקא, הגה"צ אב"ד באבוב 45, הגאון ר' חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב, הגאון ר' אריה צבי ראטענבערג רב חסידי גור אין אמעריקא, הגאון ר' יעקב ברוך לעדערייך רב חסידי קארלין סטאלין, אב"ד נירבאטור, אב"ד מטה אפרים, אב"ד פאלטישאן, אב"ד היכל התפילה, אב"ד נטעי גבריאל, אב"ד אייזנשטאט, אב"ד ראסלאוויץ, אב"ד קראסנא, אב"ד מחזה אברהם, אב"ד ברכת אברהם, אב"ד דעבערצין, אב"ד מאור התפילה, אב"ד קליינווארדיין, ראש ישיבת בית מאיר. הגאון רבי חיים דוד כץ דומ"ץ דקהל ייט"ל דסאטמאר, הגאון ר' חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב, הרה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד דומ"ץ פאפא, הגאון ר' בנימין זאב לאנדא דומ"ץ טאהש, אין דייני קהילת סאטמאר, בעלזא, סקווירא, צאנז קלויזנבורג, צאנז, רחמיסטריווקא אין נאך.



Comments


bottom of page