top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן חתונה הרוממה פון החתן נכד האד' מלעלוב מיט הכלה בת הגה"צ גאב"ד מירון

מוצאי שבת פ' וארא • ג' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


אין בני ברק איז פארלאפענעם וואך מיטוואך אפגעראכטן געווארן די רבישע חתונה פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א, בן לחתנו הרה"ג ר' אהרן ישעי' מיללער שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' טובי' שטערן שליט"א גאב"ד אתרא קדישא מירון, די שמחה איז פארגעקומען אין די גני הדקל זאלן, ביי די חופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א.

דורכאויס די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים ואנשי מעשה, אין שפיץ פון אדמור''ים ורבנים איבערהויפט די אדמור''ים לבית לעלוב וועלכע זענען געקומען אפגעבן דעם מזל טוב פארן זיידן כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א.