בקשו רחמים: האד' מאוזרוב אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בקשו רחמים: אידן איבער די וועלט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א, מפארי האדמורי"ם אין שטאט בני ברק, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע ל"ע.
דער רבי שליט"א האט היינט געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית בבית מדרשו ווען ער האט אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און איז אריין בחדרו הפרטי וואו ער איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן נאכן ליידן פאר א הארץ אטאקע רח"ל.
די הצלה וועלכע האבן זיך שוין געפונען אויף די סצענע האבן אפגעפירט דעם רבי'ן צו די "שיבא" שפיטאל אין תל השומר וואו מען האט באלד דורכגעפירט א סטענט פראצעדור. דער רבי שליט"א איז פולקאם ביים באוואוסטזיין און וועט מוזן פארבלייבן נאך עטליכע טעג אין שפיטאל אויף אבזערוואציע, מיטן האפענונג אז ער וועט בקרוב צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא, און ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש צו לאנגע געזונטע יארן.
דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן תנחום בנימין בן מרים לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

