top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פריצייטעגע פטירה פון הגאון החסיד ר' יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק

  • Bechatzros admin
  • 2 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' ויחי • י''ג טבת | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט פארווייטאגטע געמיטער האבן חסידי גור זיך היינט געזענט פון האי גברא רבא הגאון החסיד רבי יהודה אריה זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק וואס איז נפטר געווארן לבית עולמו אין עלטער פון 67 יאר. ער איז געווען א זון פון הגה"ח ר' זאב זילבערשטיין זצ"ל רב דחסידי גור אין בני ברק, און אן איידעם ביי יבלחט"א הרה"ח רבי שמואל מלבסקי הי"ו מחשובי חסידי גור אין בני ברק.


א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער שוין נסמך געווארן להוראה דורכך פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל, און דערויף געדינט אלס מורה הוראה אינעם בית הוראה אין זכרון מאיר בנשיאותו פון הרב וואזנער.


אין יאר תשנ"ד האט הרה"ק בעל פני מנחם מגור זצ"ל ממנה געווען דעם רב ז"ל צו דינען אלס רב פון די גערער קהילה אינעם דעמאלטסדיגן נייעם יישוב דחסידי גור אין קרית גת. שפעטער אין יאר תשס"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ממנה געווען דעם רב ז"ל אלס ממלא מקומו אין משמש זיין ברבנות אין די קהילה אין בני ברק, וואו ער האט אין לויף פון די יארן מרומם געווען דער קרן התורה אין די קהילה, במיוחד האט דער רב ז"ל מייסד געווען כוללי הוראה וואס האט אין לויף פון די יארן ארויסגעגעבן צענדליגער דיינים אין מורי צדק לשם ותפארת.


אין די לעצטע תקופה איז ער ליידער נישט געזונט געווען און היינט צופרי איז ער נפטר געווארן לחיים העולם הבא במעמד פון די בני המשפחה, ולדאבון לב עדת חסידי גור וועלכע באוויינען די גרויסע אבידה.


די לוויה איז פארגעקומען היינט פרייטאג ערב שבת פארנט פון ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט חולק געווען כבוד האחרון, בראש המלווים די טויזנטער חסידי גור. מיט קורצע דברי הספד האט אויפגעטרעטן הרב איטשע מאיר טאומאן נאמן בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און דערנאך האט מען באגלייט די מיטה עטליכע גאסן וואו דער רבי איז נאכגעפארן די מיטה א כברת דרך.


מיטאג צייט איז די מיטה אנגעקומען קיין בני ברק וואו א ריזן ציבור האט אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פארנט פון גערער שטיבל אויף רחוב דסלר. עס האבן מספיד געווען די גדולי רבני העיר הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א, און הגאון רבי שריאל ראזנבערג שליט"א. אויך האבן מספיד געווען הרה"צ רבי יצחק דוד אלתר שליט"א זון פון הרה,ק בעל פני מנחם מגור זצ"ל, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און עטליכע פון די קינדער.


פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן צום בית החיים קרית שאול אין תל אביב וואו דער נפטר איז געברענגט געווארן למנוחה נכונה.

bottom of page