האד' מנדבורנא ביתר באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מנדבורנא לרגל כתיבת ספר תורה לבית מדרשו
לפני 4 שעות
זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג דעם לעצטיגן שלום באזוך פון כ"ק האדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א ביי אחיו הגדול כ"ק האדמו"ר מנדבורנה שליט"א, איז די וואך פארגעקומען א באזונדערע באזוך במעונו פונעם רבי'ן שליט"א אין קרית נדבורנה בני ברק, דורך אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מנדבורנה ביתר שליט"א, וועלכער איז געקומען מכבד זיין דעם רבי'ן אריינצושרייבן אן אות אין די ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום נדבורנה בית המדרש אין ביתר.
דער רבי שליט"א האט אויפגענומען זיין יונגערער ברודער בחיבה יתירה, און ביידע רבי'ס וועלכע זענען געווען מלובש מיט שטריימלעך לכבוד המאורע האבן פארפירט א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגים אין די מצוה פון כתיבת ספר תורה. נאכן אריינשרייבן די אותיות, האבן די רבי'ס געטרונקען לחיים, ונפרדו לשלום בברכות לרוב.












תגובות