top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה''צ רבי יצחק טווערסקי אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש


מאנטאג פ' תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - הרה''צ רבי יצחק טווערסקי בן כ''ק האד' מסקווירא שליט''א איז דעם פרייטיג אינדערפרי אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש אויפן עראפלאן אויפן וועג קיין ארץ ישראל האט ער זיך באגעגענט מיט כ''ק האד' ממכנובקא מבעלזא שליט''א, פרייטיג צופרי נאך שחרית האט ער מבקר חולה געוועהן ביים שווער מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, פרייטיג צונכאטס האט ער מיטגעהאלטן דאס דאווענען אין די סעודת שבת אין גרויסן וויזניצער ביהמ''ד לרגל די שבת של שמחה די באווארפן פון החתן זוהן פונעם שוואגער הרה''צ רבי יצחק ישעי' האגער אב''ד וויז'ניץ אשדוד, נאכן באטע אין וויז'ניץ איז ער אנגעקומען צום טיש ביים פעטער כ''ק האד' מוויז'ניץ שליט''א ווי ער האט זיך משתתף געוועהן פאר קרוב צו דריי שעה


שבת אינדערפרי האט ער געדאווענט שחרית אין די סקווירא שטיבל אין בני ברק ווי ער האט ראש חודש געבענטשט אין געדאווענט מוסף פארן עמוד לרגל שבת שקלים, שלש סעודות אין די שמחת הפארשפיל האט הרה''צ רבי יצחק מיטגעהאלטן ביי די שמחה אין וויז'ניץ ווי ער איז מכובד געווארן מיטן בענטשן ביי שלש סעודות

Kommentarer


bottom of page