כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א האט היינט נאכמיטאג צום ערשטן מאל אויפגענומען די ציבור חסידים מיט קוויטלעך, נאכ'ן ממלא זיין מקום אביו בכתר אדמורו"ת סאדיגורא. עס איז געווען א מחזה הוד צוזעענדיג ווי הונדערטע חסידי סאדיגורא זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארה"ק האבן זיך געשלענגעלט אין לענגערע רייעס זוכה זיין אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך בכל מילי דמיטב, ווי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל האט געשריבן: "איך בין פארזיכערט אז ער וועט פועל'ן ישועות מיט זיינע ברכות און תפלות וואס וועלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון". וישם כתר מלכות בראשו.
top of page
bottom of page
Comentários