זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי ללר
מיט גרויס ווייטאג האבן חסידי נדבורנא דעם ליל שישי אויפגענימען די בשורה לא טובה איבער די פריצייטיגע פטירה פון האשה החשובה מרת טובה פרידמאן ע"ה אשת הרה"ח ר' מיכאל אליעזר פרידמן לאנגיעריגע משמש בקודש אין נאמן ביתם פון הרה"ק בעל 'באר יעקב' מנדבורנא זי''ע און יבדל לחיים טובים בנו מ''מ כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א וועלכע איז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 51 יאהר נאכן ליידן יסורים קשים ומרים, די לוי' איז ארויס פרייטאג צופרי פארנט פונעם בית המדרש הגדול אין קרית נדבורנא אין בני ברק וואו הונדערטער חסידי נדבורנא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א האבן באגלייט די חשובע נפטרת למנוחת עולמים. דברי הספד איז געהערט געווארן פון המשפיע הרה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי חיזוק והתעוררות אין ליכט פון די שווערע טראגעדיע וואס די קהילה האט געליטן.
Comentarios