top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפטרים פון די מגיפה: הי"ד

נעכטן דינסטאג נאך תפלת שחרית האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) געפראוועט א 'סעודת הושע בן בארי', נאך די ערהוילונג פון די רעביצין תליט"א וועלכע האט זיך געפונען אין א קריטישע צושטאנד נאכ'ן ווערן באטראפן פון די וויירוס. ביים סעודה האבן זיך באטייליגט די קינדער און אייניקלעך און דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט רגשי הלב בשבח והודאה לה' אויף די גרויסע חסדים. אין אנדערע נייעס האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט דעם מאנטאג ביי א סעודת ברית פון אן אייניקל, אז די אלע יודן וואס זענען נפטר געווארן די לעצטערע וואכן אין שפיטאל, קען מען שרייבן אויף זייערע מציבות 'ה' ינקום דמו' נאכ'ן ווערן שלעכט באהאנדעלט אין שפיטאל.


Kommentare


bottom of page