מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
ווי יאהר יערליך אינעם גרויסן טאג פון י"ט כסלו, די חג הגאולה, די טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זי"ע איז ארויס פון תפיסה מיט העכער צוויי הונדערט יאר צוריק, זענען זיך הונדערטער אידן צוזאמגעקומען עוסק זיין במשנת החסידות און דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אפצוצייכענען דעם געהויבענעם טאג אין ראם פון "מרכז מעייני ישראל" בארץ הקודש, וואס טוט פארשפרייטן דעם תורת החסידות באש להבה. די מרכז שטעלט צו פילע סעודות און פארברענגענס לכבוד היום אין אלע עקן פון ארץ ישראל, אין אלע שטעט און דערפער, וואו גדולי המשפיעים טרעטן אויף מיט חסידישע מאמרים און דערהייבן דעם ציבור העכער און העכער.
זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די צענטראלער פארברענג, אין די גרויסער ביהמ''ד שע''י מרכז מעייני ישראל אין ירושלים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער אידן אין שפיץ פון די גדולי המשפיעים שליט"א, וואו מען האט פארברענגט עד אור הבוקר זייענדיג עוסק אין חסידישע מאמרים, אין ריקודין של דביקות ושמחה לרגל דעפ גרויסן טאג "ראש השנה לחסידות" ווי עס ווערט גערופן אין חב"ד. מיט די צענטראלע שמועס האט אויפטגעראטן הגאון החסיד ר' שניאור זלמן גופין שליט"א מגדולי מעתיקי השמועה.
Comments