האד' מסקווירא מב"פ אפגעגעבן שבח והודאה שטייענדיג א יאהר נאכן סטראוק פאריאהר חנוכה תשפ"ג
- בחצרות הקודש

- 13 בדצמ׳ 2023
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' מקץ • א' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג ביים טיש נאכן הדלקת נרות דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון בארא פארק, האט דער רבי דערמאנט מיט א קול געשטיקט פון טרערן, די גרויסע חסדים וואס האט פאסירט מיט גענוי א יאר צוריק, ווען דער רבי איז צוזאמגעפאלן און האט זיך בחסדי ה' ערהוילט אין צוריקגעקומען לאיתנו הראשון.
דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט אז אין יעדע זאך דארף מען זעען די חסדים פון אויבערשטן אפילו ס'קוקט נישט אויס גוט און דערביי אויסגעדרוקט רגשי לבבו מיט די ווערטער 'אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו' און אפגעגעבן א שבח והודאה לה', שטייענדיג פונקט א יאר פון יענע שווערע אדורכגאנג.
נאך די דברות קודש האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין של שמחה און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין א שטיק צייט. דערנאך איז דער ציבור אריבערגעגאנגען און באקומען 'רעטשענע לאטקעס' פונעם רבי'ן שליט"א כנהוג.
נעכטן פארמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה בנשיאותו ווי עס איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת חנוכה דורך די קינדער פון אלע קלאסן, ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און פארטיילט מטבעות פאר די קינדער, אויך האט אויפגעטראטן דער מנהל ר' יהושע ראזען וועלכע האט מקבל געווען את פני הקודש און ארויסגעברענגט די רגשי שמחה ביי די ילדי חמד אויף די גרויסע נסים וואס האט פאסירט מיטן רבי'ן מיט א יאר צוריק און די קינדער האבן געזינגען 'חסדי ה'.




















תגובות