top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע שבת אין טשענגער בעצם יומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'מנוחת אשר' זי"ע

דינסטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מַה נּוֹרָא הַמָּקוֹם הַזֶּה - א דערהויבענע שבת אין טשענגער


שבת הילולא מלא רגש אין טשענגער פאריגע שב''ק פרשת תולדות – 150'סטע יארצייט פון הרה''ק מטשענגער זי''ע – אהערגעשטעלט דורך ''ועד הכנסת אורחים ד'טשענגער'' – העכערע שטימונג אינעם פרישן הכנסת אורחים געביידע – ווארעמע סעודות שבת מיט א ברען און התרוממות – מעמד השתפכות הנפש ביים אמירת ויתן לך און גאנץ ספר תהלים ביים ציון הק' מוצ''ש – רייכע סעודת מלוה מלכה


דער פאפיר איז צי קורץ און דער פעדער צי ארעם צו ארויסברענגען די הרגשים פון די הונדערטער געסט ביים שבת הילולא אין טשענגער פארגאנגענעם שב''ק פרשת תולדות. און די טויזענטער וועלכע האבן פוקד געווען ציון הקדוש אין די טעג ארום דעם יארצייט, עס איז געווען איין קייט פון התרוממות און התרגשות דקדושה פאר אלע באטייליגטע. לאנגע יארן וועט פארבלייבן די שבת אינעם זכרון פון אלע משתתפים און איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות אינעם היסטאריע פון כלל ישראל.


אנגעהויבן פון מיטוואך פארנאכטס, האבן טויזענטער אידן מרחבי העולם וועלכע האבן נישט געהאט פלאץ צו שובת זיין פארן שב"ק האבן אריינגעכאפט צו מתפלל זיין ערב יומא דהילולא.. אין די לופטן האט מען שוין געשפירט די הרגשים, דער טשענגער לופט וואס זענען עדות אויף ישועות און רפואות האט באגריסט מיט א פיינע שלום עליכם.


אבער דאס וואס איז געווען גאר התרגשות'דיג איז געווען דער פאקט אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס די יארצייט ווערט געפראוועט אין אן אייגענע בנין. נעמליך א גאנצע שב''ק מיט אלע צוגעהערן און פיטשיווקעס אין אן אייגענע נארוואס-אפגעקויפטע האטעל. דער פאקט אז מ'איז אין אן אייגענע פלאץ האט אסאך צוגעגעבן צום מצב וויסנדיג אז מ'האט א זכיה דעם ערשטן מאל זינט די קריג צו זיצן ביומא דהילולא אין אן אייגענע איינגערישטע שטח. אנשטאט זיך לייגן אין א גוי'אישע אפגעדינגענע האטעל טרעפט מען זיך אין א פולקאמע אידישע געביידע מיט אידישע פלאקאטן און מודעות, די נויטיגע מעבל און וויכטיגע צוגעהערן וואס א אידישע פלאץ דארף האבן זענען אריינגעלייגט געווארן פאר א לאנגע-טערמין.


די 'וועד הכנסת אורחים' פון 'מוסדות טשענגער' ובראשם הרב ברוך יונגרייז שליט''א ואתו עמו הרב משה יחזקאל מייזליש שליט''א האבן זיכער געמאכט אז גארנישט פעלט און עס איז דא 'אלעס' וואס א איד קען נאר וועלן אדער דארפן. פון די שיינע צימערן וואס זענען געווען צוגעגרייט גאר שיין פאר די געסט ביז די הערליכע סעודות שב''ק וואס זענען געווען אהערגעשטעלט ווי א רייכע מאיעסטעטישע באנקעט פאר נגידים פון א מוסד און אלעס אינדערמיט. עס איז נישט געווען עפעס וואס האט געפעלט אדער איז נישט געווען אין ארדענונג. אפילו א מקוה ספעציעל געבויט, טאקע אויף א פראוועזארישע פארנעם אבער מיט די מערסטע מאס באקוועמליכקייטן.


דאס איז אויסער די איבעריגע - אבער וויכטיגע - דעטאלן וואס זיי האבן אינאכט גענומען. צום ביישפיל, ווארעמע עסן דורכאויס די גאנצע נסיעה, קאווע און טיי, (מיט פארעווע מילך אויך...) קוכן און קוקיס, און אלעס מיטן היימישן געשמאקן טעם פונדערהיים. עס איז געווען אן איבערראשונג צו ווערן סערווירט אין א געביידע אין אונגארן מיט געשמאקע בא'טעמ'טע היימישע עסן אויף א הויכע סטאנדארט. עס איז געווען א פרישע דערהער צו צוזען ווי גארנישט פעלט און מ'זוכט נישט צו שפארן אדער שניידן קיין זאכן, נאר אדרבא עס האט אויסגעקוקט ווי מ'האט געזוכט און גענישטערט וואס 'נאך' מ'קען צושטעלן און איינרישן פארן חשוב'ן ציבור משתתפים.


פרייטאג צופרי האט מען אנגעזען א גרעסערע עולם ווי ערווארטעט, הונדערטער אידן פון אלע שיכטן ממש ובראשם גדולים ורבנים נכדי רבינו שליט''א וועלכע האבן אלע געמאכט דעם לאנגן וועג, נישט קוקנדיג אויף קיין מניעות אדער אפהאלטונגען ווי דער מצב וואס הערשט יעצט ארום די וועלט, נאר אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן דעם 'שבת אין טשענגער'.


טועמיה איז ווי ערווענט געווען צוגעשטעלט אויף א גאר רייכע פארנעם, און נאכן זיך צוגרייטן מקבל צו זיין דעם גרויסן גאסט – דער שבת המלכה, איז דער עולם זיך צאמגעקומען אין ביהמ''ד פאר תפילת מנחה.


נאך אסאך פאר די באשטימטע צייט פון דאווענען זענען שוין פילע אידן געזעסן אין ביהמ''ד. איינער האט געלערנט און גע'חזר'ט ממשנתו פונעם בעל הילולא, א צווייטער האט דאן מעביר סדרה געווען ווען דער דריטער לערנט חורש''י מיט אוה''ח הק' אדער אנדערע חסידישע ספרים.


דער ביהמ''ד איז געווען איבערגעפילט מיט אנשים מכובדים מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, אריינגערעכנט רבנים ואדמורי''ם שליט''א - אייניקלעך פון רבינו זי''ע.


צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה''ג ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט''א, אבד"ק שמן למנחה פון לעיקוואד, זון פון כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א מגדולי נכדי רבינו, וועלכער איז געקומען בשליחות אביו לעשות את השבת אין טשענגער, וועלכער האט אריינגעפירט דעם עולם אין העכערע ספערן ווען פון אלע זייטן הערט מען די געשרייען און געבעטן פון יִשְׁלַח דְּבָרוֹ וְיִרְפָּאֵם, וִימַלֵּט מִשְּׁחִיתוֹתָם.


צווישן מנחה און קבלת שבת האט אויפגעטראטן מיט א פלאם-פייערדיגע דרשה דער בארימטער בעל דרשן ונואם בחסד עליון הרה''ג ר' אהרן זלמן יונגרייז שליט''א, ראש ישיבת סערדהעלי מנכדי בעל ההילולא, וועלכער האט ארויסגעברענגט אין וואספארא שבת מיר טרעטן אצינד אריין און האט געבעטן און דערמאנט ביים עולם מ'זאל האבן דעם קאפ אויפן פלאץ זיך געפינענדיג אין אזא הייליגע מקום אויף שב''ק און מען זאל איינרייסן און אוודאי געוויס אויס'פועל'ן ישועות ורפואות.


דאן איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת הרה''ג ר' יואל משה זעלטענרייך שליט''א, מנהל בישיבת אלכסנדר, זון פון אבד"ק טשאקאווע שליט"א, מחשובי נכדי רבינו זי''ע, ווען ביי יעדער שטיקל צעזינגט זיך דער עולם מיט מתיקות און מיט א ברען. די התרגשות איז גרויס געווען נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז דאס ערשטע מאל זינט די ביטערע קריג ווען עס איז דא אזא גרויסער ציבור אידן אויף א שבת אין טשענגער – דער שטאט וואס האט אמאל געווירבלט מיט אידן.


תיכף נאכן דאווענען איז דער עולם אריין צום עס-זאל צום סעודת שבת. עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זען ווי הונדערטער אידן זעצן זיך אינאיינעם ביי א הערליך-געדעקטע שבת טיש מיט בשר ודגים וכל מטעמים פאר א סעודת שבת, מיט איין ציל; זיך צו אנווארעמען מיטן אור פונעם שבת קודש און זיך אויפפלאמען מיטן השפעה און הדרכה פונעם הייליגן בעל ההילולא און הערן סיפורי צדיקים און דברי תורה פונעם צדיק און זינגען שירות ותשבחות, זמירות שבת בשבת אחים.


ווי אמאליגע חסידים ואנשי מעשה אין די אלטע היים האט מען פארברענגט א סעודת שבת מיט א גרויסע מאס העכערקייט. מ'האט געזינגען אינאיינעם די זמירות שבת, זיך מחזק געווען מיט מעשיות און סיפורים און געפרואווט זיך מקשר צו זיין צום בעל הילולא. די אטמאספער איז געווען מלא התרוממות, אויטענטיש און בא'חנ'ט. עס האט אויסגעקוקט ווי ווען חסידים פלעגן פארן צום רבי'ן אמאל, אלע דא זענען געווען מיטן איין ציל זיך צו דערהייבן, נישט פאר קיין געלט אדער פארשטעלונגען... ווען עטליכע פיס אפגערוקט פונעם בנין וואו מ'זיצט און מ'פארברענגט אצינד שטייט דער אוהל הק' וואו עס ליגט דער גרויסער צדיק זי''ע.


א הערליכע אויבן-אן האט באשיינט די סעודות שבת וואו עס זענען געזעסן די גדולי הרבנים שליט''א. צווישן זיי הרה"ג דומ"ץ טאהש בפ שליט"א, האדמו''ר מגארליץ שליט''א, אבד"ק שמן למנחה שליט''א, אב"ד טעפליק שליט"א, ראש כולל מנוחת אשר ירושלים שליט"א, האדמו''ר מדעלעטין מאנסי שליט''א, הגאון ר' יואל משה זעלטענרייך שליט''א בן אב''ד טשאקאווע, ועוד ועוד אנשים מכובדים פני העדה מנהיגי קהילות בכלל ישראל.


דער פאקט אז די יארצייט איז אויסגעפאלן אינעם הייליגן שבת קודש האט מען געשפירט אויף טריט און שריט דורכאויס דעם גאנצן שבת, דאס האט מען געזען הן ביי די סעודות ווען ביי אלע דרשות זענען די געסט געזעסן צוגענאגלט צו זייערע פלעצער און נישט געוואלט פארפאסן קיין ווארט, און אזוי אויך עטליכע מאל במשך די סעודות ווען מ'איז ספאנטאניש אויפגעשפרינגען מיט טענץ, און געזינגען ניגונים ווי ''ק-ה זכות אבות'' און ''אהבת עולם תביא להם.. וברית אבות לבנים תזכור'', וואס האט זיך געצויגן פאר א לאנגע וויילע ווען איבער א האלבע שעה טאנצט מען מיט פארמאכטע אויגן שפירנדיג א העכערע קדושה און קירבת אלקים וואס אזוינס שפירט מען נאר אין טשענגער.


אחד מגדולי נכדי רבינו זי''ע, הרה''ג ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט''א אבד"ק שמן למנחה האט מחי' געווען די משתתפים ביים סעודה מיט א גייסטרייכע דרשה.


דער רב האט פותח געווען מיט דברי שבח פאר די ''וועד הכנסת אורחים דטשענגער'' פארן ערמעגליכן אזא שבת. אזוי אויך האט דער רב שליט''א זיך באדאנקט פאר די נגידים פארן צוהעלפן מיט די מקח אויפן נייעם בנין מיט פאנטאסטישע סומעס. מיט א הארץ פיל מיט לויב און דאנק פארן רבש''ע האט דער רב ארויסגעברענגט די שבח והודאה להשי''ת אז מ'איז זוכה צו זיין אין טשענגער אויף א שבת אין אן אייגענע בנין, אייניקלעך פונעם הייליגן טשענגער רב זי"ע פון איבער די גאנצע וועלט, און מ'קען פארברענגען אן זיך מחזק זיין נענטער צו ווערן צום באשעפער. מיט גרויס רגש האט דער רב ארויסגעברענגט זיינע געפילן אז ער האט זוכה געווען אנטיילצונעמען אינעם שבת און אנגעווארעמט דעם עולם טאקע צו מאכן דאס מערסטע פונעם געלעגנהייט. בין הדברים האט דער רב ארויסגעברעגנט אז "טשענגער איז בגימטריה שבת". דאן האט דער רב גערעדט שיינע דיבורים בתורת בעל ההילולא אויפן פרשה און מסיים געווען בדברי ברכה ותפילה.

וְיִהְיוּ רַחֲמֶיךָ מִתְגּוֹלְלִים עַל עם קָדָשֶׁיךָ


נאכן סעודה האט זיך פארצויגן א באטע וואו מ'האט פארברענגט בצילא דמהימנותא של אותו צדיק ווי דערהויבענע חסידים אויף די אמאליגע שטייגער, זינגענדיג 'ק-ה רבון עלם' און 'ק-ה אכסוף' וכו', דערביי שרייענדיג 'רבש''ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך בזכות אותו צדיק,'...


שבת צופרי, איז דער עולם זיך געגאנגען טובל'ן אינעם פראוועזארישן מקוה. שוין אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט מען געזען אידן זיצן אין ביהמ''ד און זאגן תהילים כהכנה לתפילה ביומא דהילולא קדישא סמוך ונראה צום ציון פונעם צדיק. היות עס איז שב''ק און עס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו גיין אין א ביה''ח אום שבת האט מען געזוכט וואס מ'קען נאר טון צו זעטיגן די נשמה וואס לעכצעט און גארט צו שרייען און וויינען ביים ציון. מ'האט זך מחזק געווען מיט דאס וואס דער הייליגער צאנזער רב האט אמאל געזאגט אז מיטן זיין אין שטאט פונעם צדיק ביומא דהילולא קען מען שוין אויס'פועל'ן - ממילא דאס זיין אין טשענגער זעלבסט בעצם יום השבת איז שוין געווען א גרויסע זאך. אנדערע האבן זיך נישט באגענוגנט מיט דעם און טאקע פארן דאווענען זענען עטליכע געזעסן מיטן הייליגן ספר 'מנוחת אשר עה''ת' און געלערנט דברי תורה פון דער הייליגער צדיק אויפן פרשת השבוע.


אום 8:30 האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דאס דאווענען איז געווען עפעס אומבאשרייבליך, מיט א זעלטענע מאס התעוררות, מיט אזא מין ברען, מיט אזא קאך אז עס האט זיך געהערט ווי טויזנטער אידן, צו שחרית איז צוגעגאנגן האדמו''ר מגארליץ שליט''א. די עליות זענען פארטיילט געווארן פאר די שותפים לדבר מצוה, וועלכע האבן געקויפט זכותים אין די נייע בנין. ביי מוסף איז צוגעגאנגן הרה''ג ר' בנימין לאנדא שליט''א טאהש'ער דיין פון בארא פארק.


ווי נאר די דערהויבענע דאווענען האט זיך געענדיגט איז געווען אויסגעלייגט אין ביהמ''ד א קידוש מיט א רחבות מכל טוב וטוב. די ''וועד הכנסת אורחים דטשענגער'' האט באוויזן קונצן מיטן אנגרייטן א קידוש אויף אזא הויכע סטאנדארט.


כמעשהו בראשונה – פונקט ווי נעכטן נאכט, כך מעשהו בשניה – איז אויך יעצט געווען אנגעגרייט א סעודה מיט א גרויס רייכקייט ברוב פאר והדר. ווידער איז מען געזעסן אינאיינעם בצוותא חדא, געזינגען די דערהויבענע זמירות און פארברענגט געשמאק מיט גרויס התעלות.


הרה"ג ר' יואל משה זעלטענרייך שליט''א בן אב''ד טשאקאווא, מנהל ישיבת אלכסנדר ונכד בעל ההילולא, האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכייה וואס אלע משתתפים האבן און צוגעלייגט אז מיר זענען אלע שלוחים פון כלל ישראל און מיר דארפן איינרייסן און אינזין האבן אלע אידישע קינדער די בכל אתר ואתר וואס נויטיגן זיך אין ישועות ורפואות.


''גאר הארציגע און עמאציאנאלע מינוטן איז געווען, ווען ביים סעודה האט מען מקדיש געווען צייט פאר די משתתפים וואס האבן פערזענליכע מעשיות און געשיכטעס פון זייער ערפארונג וויאזוי זיי זענען זעלבסט אויפגעראכטן געווארן אדער באלויכטן געווארן ביים הייליגן מנוחת אשר זי''ע. א מחזה הוד איז געווען דאס צוצוזען ווען אידן טרעטן אויף מיט 'בדידי הוי עובדא געשיכטעס', און קענען דערציילן זייער מעשה שוין זייענדיג געהאלפענע ב''ה. צענדליגער געסט האבן דערציילט און מיטגעטיילט גוטע נייעס, בשורות פון ישועות ורפואות. אידן זאלן הערן ווי גרויס עס איז דער השפעה פונעם צדיק און ווי ווייט עס גרייכט א הייסע תפילה ביים ציון אדער טון א דבר טוב פארן מנוחת אשר זי''ע.


מען האט פארציילט דארטן געשיכטעס פון אידן וואס האבן געווארט עטליכע יאר פאר קינדער און זענען אויפגעראכטן געווארן, מעשיות פון עלטערע בחורים/מיידלעך וואס האבן געטראפן זייער באשערטע, עפיזאדן פון קראנקע – חולי ישראל וואס זענען גענצליך געהיילט געווארן, שווערע פינאנציעלע מצבים וואס זענען געלעזט געווארן ועוד ועוד. יעדע אזא מעשה איז מיט א ישועה למעלה מן המשוער, העכער אלע ערווארטונגען, כאטש גארנישט בעפאר האט באוויזן צו ברענגען א ישועה. דאס איז נאר א שטיקל טעימה קלה פון די ענדלאזע דערציילונגען פון ערשט-האנטיגע געשיכטעס וואס מ'האט געהערט הודאת בעל דין.


א גרויסע התעוררות האט געהערשט ביי של''ס ווען די זמן פון רעוא דרעוין איז געווארן אפגעראכטן מיט גרויס דביקות. די הייליגע ווארעמע ניגונים און שבת'דיגע לידער האבן אפגעקלינגען אינעם ביהמ''ד ווען יעדע שטיק צייט הייבט מען זיך מיט לעבעדיגע ריקודים אויף ''קה זכות אבות'' און אנדערע פרייליכע שבת ניגונים.


כ''ק דער גארליצער רבי שליט''א האט גאר שטארק מעורר געווען די געסט מיט 'פלאם-פייערדיגע' דברות קודש. ער האט ארויסגעברענגט אז מיר האבן א כח און גרויסע השפעה זיך געפינענדיג בצל אזא גרויסער צדיק וקדוש זי''ע.


נאך מעריב און הבדלה האט מען אריינגעטראטן אין די קלימאקס און הויכפונקט פונעם נסיעה ווען אלע צוזאמען מאכן די טריט צום אהל הק' און וועלן אינאיינעם איינרייסן פאר ישועות ורפואות למען הכלל והפרט. פון ארומיגע שטעט, ווי קערעסטיר, וויען, בודאפעסט וכו' זענען געקומען צו פארן פילע אידן וועלנדיג אנטייל נעמען ביי די גרויסע 'מעמד השתפכות הנפש'.


צום ערשט האט מען געזאגט די תפילה פון 'ויתן לך' וואס איז די ברכות פון יצחק אבינו פאר כלל ישראל וואס שטייט געשריבן אין די וואכעדיגע פרשה פון 'תולדות'. אידישע קינדער וואס נויטיגן זיך אין פרנסה האבן געגאסן טרערן ביים זאגן די ווערטער וואס שטייט אין די הייליגע תורה, ''וְיִתֶּן לְךָ הָאֱלקִים מִטַּל הַשָּׁמַיִם וּמִשְׁמַנֵּי הָאָרֶץ,'' אידן וואס ווארטן באלויכטן צו ווערן מיט קינדער און בויען שטובער האבן געלאזט הייסע טרערן ביי ''לֹא יִהְיֶה בְךָ עָקָר וַעֲקָרָה,'' חולי ישראל און זייערע משפחות האבן נישט געשפארט קיין טרערן ביים דערמאנען די ברכות פון ''וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי...'', הצד השוה שבהם אז אלע האבן געזען די גורל'דיגע צייט אלץ א געלעגנהייט איבערצולאזן די זעק און פעק פון צרות און אהיימקומען בלויז מיט ישועות רפואות וברכות לרב.


דאס האט נאכגעפאלגט מיטן אמירת כל ספר תהילים מיט הייסע טרערן און געשרייען און וויינען פון טיפענעיש פון הארצן. יעדער איינער מיט זיין פערזענליכע פעקל און בקשה און אויך אינזין האבנדיג כלל ישראל אז אלע זאלן אויפגעראכטן ווערן מיט אלעם גוטן. באלד דריי שעה איז דער ציבור געשטאנען אינעם אוהל ווען די התעוררות שפירט זיך אין די לופטן און מ'בעט און וויינט, שרייט און האפט פאר ישועות ורפואות. ביי די קאפיטל פון 'שיר המעלות ממעמקים' האט מען געזאגט פסוק ביי פסוק פאר די חולי ישראל.


אוי, ווי נעמט מען די ווערטער אראפצולייגן די התעוררות וואס האט געהערשט ביים זאגן י"ג מדות, עס האט ממש געשפאלטן הימלען און זיכער מרעיש עולמות געווען. עס איז נישט צו באגרייפן די קדושה און העכערקייט וואס האט זיך דארט אפגעטון, כלל ישראל נויטיגט זיך דאך אין אזויפיל ישועות, אידישע קינדער דארפן צוקומען צו הייסע תפילות און הארציגע בקשות און דא שטייט מען ביים גרויסן צדיק וואס האט געפראוועט אותות ומופתים, געהיילט טויזנטער קראנקע, געשאנקען פרנסה פאר אומצאליגע ארימעלייט און געברענגט ישועות פאר פילע אידישע קינדער.


נאכן מעמד בוקע רקיעים האט וועד הכנסות אורחים טשענגער איבערגעגעבן פאר הרבנים הגאונים מנכדי רבינו הרה"ג דומ"ץ טאהש בפ שליט"א, און האדמו"ר מגארליץ שליט"א פארצוליינען די טויזענטער קוויטלעך וואס זענען געשיקט געווארן מכל קצווי תבל, זיך אויסצובעטן אלעס גוטס.


נאכן זיין זיכער ביי זיך אז מ'האט אוודאי גע'פועל'ט איז מען ארויס פון ציון און געוואנדן די טריט אין ריכטונג פונעם זאל אינעם שטאטישן פובליק שולע וואס מ'האט ארויסגעדינגען עס זאל קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ארויסגעקומען צו פארן צום סעודת הילולא.


די מעמד סעודת הילולא איז געווען עפעס וואס מ'קען נישט אראפלייגן מיט ווערטער, ממש א סעודה ברוב פאר והדר, א מלוה מלכה מלא וגדוש מיט סיפורי צדיקים ודברי חסידות אז לאנגע יארן וועט מען די מעמד געדענקען.


די סעודה איז געווען צוגעגרייט אויף א הערליכע רייכע פארנעם. מ'איז געזעסן און געהערט מעשיות און סיפורים פונעם צדיק זי''ע. אלץ יושב ראש האט אויפגעטרעטן הרב משה יחזקאל מייזליש יושב ראש וועד הכנסת אורחים טשענגער, עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד הרה"ג ר' משה גאלדבערגער שליט"א, מחברי וועד הכנסת אורחים טשענגער, וועלכע האט פארציילט ערשטהאנטיגע מופתים פונעם בעל הילולא, ווי אויך האט הרה"ג ר' משה ארויסגעברענגט הכרת הטוב פאר כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א וועלכע האט פאר די פארגאנגענע 30 יאר געארבעט בלב ונפש אזויפיל כוחות און געלט נישט געשפארט ביז מהאט איבערגעמאכט די בית החיים, ווי אויך א הערליכע אריינגאנג מען זאל קענען צוקומען צום ציון הקדוש גערינגערהייט, הרה"ג ר' משה האט ארויסגעברענגט אז די זכותים וועלן אייביג באגלייטן דעם רבי'ן, די משא המעמד האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' בנימין לאנדא שליט''א דומ"ץ טאהש בפ, האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי תורה פונעם בעל הילולא, ווי אויך איבער פערזענליכע ניסים וואס ער האט בייגעוואוינט ביים צדיק יארן צוריק ווען עס איז נאכנישט געקומען אזא ריזן ציבור אין א בחינה פון 'במתי מעט' האט מען זיך ארויפגעדראפעט צום ציון און טאקע 'וישמע ה' את קולנו', ווען מ'האט דאן גע'פועל'ט גרויסע זאכן. צום שלוס האט דער דיין שליט"א זיך באדאנקט פאר וועד הכנסת אורחים טשענגער, ובפרט פאר הרב משה יחזקאל מייזליש שליט"א, פארן אריינלייגן אזעלכע איבערמידליכע כוחות א גאנץ יאר למען פוקדי ציון הקדוש און טשענגער, ובפרט פארן צושטעלן אזא הערליכע שבת הילולא אין אן אייגן הכנסת אורחים בנין.


שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען עטליכע קביעת מזוזות פאר די צימערן און שטובער אין די נייע אפגעקויפטע בנין דורך די חשוב'ע רבנים שליט''א און נגידים ותומכי המוסדות.


זונטאג צופרי איז יעדער זיך אהיימגעפארן מיט זעק און פעק פון ישועות נאך א שבת אנגעפילט מיט התרוממות און התעלות, נאך טעג פון התרגשות דקדושה און קירבת אלוקים, ווען דער וועד הכנסת אורחים געבט יעדן איבער א פיינע פעקל צידה לדרך מיטצונעמען אויפן וועג און מ'געזעגנט זיך מיט 'צאתכם לשלום' וואונטשן, און הבטחות אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און זוכה זיין זיך צו טרעפן בקרוב צוזאמען אין ירושלים עיה"ק בביאת משיח צדקינו.
























bottom of page