top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות בעיצומה: פיבערהאפטיגע הכנות אין לאנדאן צו היסטארישע "באיאן'ע חתונה"

דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות של שמחה איז שוין אין פולע שוואונג די העפטיגע הכנות צו די היסטארישע חתונה הגדול בחצר הקודש באיאן בעיר הבירה לאנדאן, וואס וועט אפגעראכטן ווערן במעמד אלפי חסידים ומלכם בראשם, דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.


די חתונה הגדולה וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג בלק, י' תמוז, ווען עס וועט בשעטומ"צ גיין אונטער די חופה דעם רבי'נס עלטסטע בן אחר בן, א זון ביי בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף שליט"א, מיט די כלה טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף גרינפעלד שלילט"א מסעמיהאלי לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ רבי דוד האלפערין שליט"א גאב"ד הענדין לאנדאן.


עס ווערט ערווארטעט א מאסיווע צוזאמענפאר פון הונדערטער באיאנע חסידים פון איבער גאנץ אייראפע און אמעריקע, און פון ארץ ישראל, וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים, און עס ווערן שוין יעצט געמאכט אקטיווע צוגרייטונגען, אין א צוזאמענארבעט צווישן די עסקני החצר פון לאנדאן און ארץ ישראל.


די היינטיגע וואך האבן אפגעשטאט אין לאנדאן א דעלעגאציע פון ארץ ישראל'דיגע עסקנים אין לאנדאן, צו באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס פון א גיגאנטישער זאל פאר די חתונה און אלע אנדערע אראנדזשירונגען.


באזונדער גרייט מען זיך מיט גרויס רגש צום היסטארישן "שבת התאחדות" און שבת שבע ברכות וואס דער באיאנער רבי וועט פראווען פאר כלל חסידי באיאן אין אויסלאנד, זייענדיג נאך מערערע יארן וואס דער רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין אויסלאנד. די עסקנים זענען אריינגעטאן אין העפטיגע זוכענישן נאך א פאסיגן פלאץ אויסער די שטאט, פאר דעם גרויסן שבת התאחדות.


אין דער זעלבער צייט איז בפקודת הקודש פונעם רבי'ן געמאלדן געווארן אז כדי מונע צו זיין ביטול תורה, זענען נאר די חסידים פון 45 און ארויף ערלויבט צו פארן פון ארץ ישראל, און אזוי אויך כלי קודש פון די תלמוד תורה און ישיבות וואס קומען זאלן בלויז פארן און קומען צו פארמיידן ביטול תורה.




Comments


bottom of page