top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט איבער יו"ט שבועות תש"פ הבעלל"ט בחצרות הקודש

בעלזא: מען גרייט זיך צו אקאמאדירן א ריזן ציבור אויף יו''ט. לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן וועלן אלע גאלער'יען אין ביהמ"ד הגדול געעפענט ווערן ווי ס'וועלן דאוונען די בחורים און אינגעלייט. עס וועט נישט זיין קיין עזרת נשים

גור: דער רבי וועט דאווענען בלויז מיט די בני המשפחה און געציילטע מקורבים בביתו נאווה קודש אין ירושלים

ויז'ניץ: ממנחה עריו"ט ביז נאכ'ן שולה"ט בליל יו"ט פאר די בחורים וואס זענען איינגעשפארט אין ישיבה.

די איבריגע תפלות און שבת: אין ביהמ"ד הגדול פאר תושבי השיכון. יונגעלייט ביז די דרייסיג אין די גאלעריע.

שלה"ט ליל שב"ק בביהמ"ד הגדול פאר די בחורים וואס זענען נישט איינגעשפארט.

ס"ג בשב"ק בביהמ"ד הגדול לתושבי השיכון. שולה"ט נעילת החג און פארשפיל פון אייניקל בביהמ"ד הגדול פאר חסידים פון אויסער די שטאט.

סקווירא: די רבי שליט"א וועט בעז"ה פראווענען דעם יו"ט שבועות סיי די תפילות און סיי די טישן אין בית מדרש הגדול. עס וועט זיין א גורל מיט די אותיות פון די משפחה נעמען ווער ס'וועט וואס קענען מיטהאלטן. נאר מענער און בחורים נאך די בר מצוה וועלן קענען מיטהאלטן די תפילות און טישן, עסקנים בעטן אז מען זאל נישט ברענגן קינדער. עלטערע אידן אדער אידן מיט געזינטהייט קאמפלעקאציעס זאלן נישט קומען אין בית מדרש פארן זיך דורכרעדן מיט א דאקטער. אנ"ש פון אויסער דעם שטעטל וועלן אויך קענען מיטהאלטן דעם יו"ט שבועות אויף די זעלבע סדר פון די משפחה נעמען, אבער עס וועט נישט זיין צוגעשטעלט סעודות אדער דירות, יעדער וועט זיך דארפן אליינס מסדר זיין א פלאץ צו שלאפן און צו עסן. עס וועט זיין עטליכע גרויסע מנינים אין די בניני המוסדות ארום דעם שטעטל, ווי אויך וועט זיין א קינדער מנין ביידע טעג יו"ט אין היכל רינה ותפילה אנגעפירט דורך ר' אהרן פריזעל. אלע פלעצער ווי מען וועט קענען דאווענען וועט אויך זיין אפן פאר תיקן ליל שבועות, ווי אויך פאר די קומעדיגע שבבתים ביז מען וועט געהעריג קענען עםענען דעם בית מדרש, עסקנים בעטן אז נאר וועט עס קען קומען צו טיש שבועות ביינאכט זאל זאגן תיקן אין בית מדרש.




bottom of page