מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: בחדרי חרדים
א געשאצטע 200 טויזענט אידן האבן נעכטן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן שריד לדור דעה, מרן ראש הישיבה הגאון הגדול בענקים, זקן ראשי הישיבות ונשיא מועצת גדולי התורה, הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין זצוק"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין טיפן עלטער פון הונדערט יאר, לדאבון לב אלופי אלפי ישראל, תלמידיו ומעריציו ושומעי לקחו פון איבער די גאנצע וועלט.
דער ראש ישיבה איז געווען פון די שענסטע דיאמאנטן אינעם היינטיגן דור, דער מנהיג פון די ישיבה וועלט די עולם התורה, רבים הלכו לאורו וכל בית ישראל נשען עליו ברוח ובגשם, ער איז געווען א זקן ויושב בישיבה, און מרביץ תורה געווען העכער "אכציג יאר" מיט א זעלטענע אהבת התורה און התמדת התורה, משפיע געווען לארץ ולדרים און מורה געווען הוראה בישראל, געלערנט תורה מיט כלל ישראל און מדריך געווען הונדערטער טויזענטער אידן צו נענטער ווערן צום איינציגן באשעפער אין הימל.
הימל שפאלטענדע בכיות און עצרות תפילה וזעקה האט אדורכגעשניטן די עולם התורה והישיבות דורכאויס די לעצטע פאר טעג, זינט דער ראש ישיבה איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות נאכן ליידן פון א לייכטע הארץ אטאקע רח"ל, נעכטן מאנטאג האט זיך די מצב הבריאות שטארק פארערגערט, און אין אלע היכלי הישיבות והכוללים האט מען זיך געשטעלט זאגן תהלים מתפלל צו זיין לביטול רוע הגזירה.
ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און היינט צען אזייגער אינדערפרי בארץ הקודש איז דער ראש ישיבה נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, איבערלאזנדיג א דור יתום פון צענדליגע טויזענטער תלמידים כצאן בלי רועה, אן קיין איש על העדה אשר יצא לפניהם ואשר יביאם, שאפנדיג א אומגעהויערע בראך און טרויער איבער די גאנצע אידישע וועלט.
די גאסן פון בני ברק זענען שווארץ געווארן דורכאויס די היינטיגע נאכמיטאג שעה'ן, ווען א געשאצטע פערטל מיליאן אידן זענען זיך צונויפגעקומען אפצוגעבן דעם כבוד האחרון און באגלייטן למנוחה נכונה, גאר שטארקע הספדים זענען געהערט געווארן לפני מיטתו בהיכל ישיבתו הקדושה ישיבת פאנאוויטש אין בני ברק, צווישן די פיר ווענט וואו דער ראש ישיבה האט מרביץ תורה געווען און פארגעלערנט שיעורים צענדליגע יארן נאכאנאנד.
צוערשט האט הגאון ר' מרדכי שמואל אדלשטיין א פלומעניק פונעם ראש ישיבה פארגעזאגט פרקי תהלים און סליחות בקול בוכים מיט א געוואלדיגע התעוררות, דערנאך האט מספיד געווען הגאון האדיר ר' אליעזר כהנמן נשיא ישיבת פאנאוויטש, וועלכער האט מיט בענקענדיגע ווערטער זיך געזעגנט פונעם ראש ישיבה, זאגענדיג אז פון די ערשטע טאג וואס די ישיבה איז געגרינדעט געווארן, איז נישט אדורך קיין טאג וואס דער ראש ישיבה זאל נישט דא זיין, צו אין די תקופה אלס תלמיד, צו אין די תקופה אלס מלמד.
דערנאך האט מען אויפגערופן מרן ראש הישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט באוויינט די שווערע עבידה און ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן איבער די תורה ועבודה פונעם ראש הישיבה. זיין התמדת התורה, זיין הרבצת התורה, און הפלא'דיגע מידות בין אדם לחבירו וואס האט יעדן אינספירירט.
דערנאך האט מספיד געווען הגאון ר' דוד לוי מראשי הישיבה א איידעם פונעם ראש ישיבה זצ"ל, און דערנאך הגאון האדיר ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל, וועלכער האט מיט שווערע ווערטער באוויינט די הסתלקות פון מרן ראש הישיבה, ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע יישוב הדעת און קלארקייט וואס מ'האט געזעהן ביים ראש ישיבה אלע יארן, מיט אן אחריות און פערזענליכע עול האט ער געטראגן דעם לוח הציבור אויף זיינע פלייצעס.
דערנאך האט מספיד געווען ידידו ורעו בהנהגת הישיבה מרן ראש ישיבת פאנאוויטש הגאון ר' ברוך דוב פאווארסקי, וועלכער האט אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין זאגענדיג צר לי עליך אחי נעמת לי מאוד נפלאת אהבתך. זיבעציג יאר האט מען אינאיינעם געלערנט, געזעסן און מרביץ תורה געווען דא צווישן די פיר ווענט. דערביי האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ענווה וואס מ'האט געזעהן ביים ראש ישיבה. נאכדעם האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד די בני המשפחה, דער ברודער הגאון ר' שלמה, דער זון הגאון ר' צבי יהודה ראש ישיבת אורחות תורה, דער זון הגאון ר' ישראל מראשי ישיבת בית מדרש עליון, דער איידעם הגאון ר' אברהם ישעי' אדלער, און דער איידעם הגאון ר' איתמר גרבוז ראש ישיבת אורחות תורה.
נאך די הספדים און קדיש האבן הונדערטער טויזענטער אידן באגלייט די מיטה ברחובות העיר, דורך די גאסן ווילקומירער סעדיה גאון און חזון איש, און דערנאך איז דער ראש ישיבה געברענגט געווארן למנוחת עולמים אויפן בית החיים נציבי ישיבת פאנאוויטש אין בני ברק, ווען צענדליגע טויזענטער אידן תלמידים רייסן קריעה כדין תלמיד על רבו, וכל בית ישראל בוכין על השריפה אשר שרף ה'.
צווישן די פילע אדמור''ים וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן ביים לוי' האבן זיך אנגעזעהן האדמו''רים מוויז'ניץ - צאנז - מכנובקא בעלזא - סאדיגורה - דאראג - מודזיץ - סטריקוב - שבט הלוי - נאראל אין נאך פיל.
זכר צדיק וגאון לברכה לחיי העולם הבא. קרעדיט JDN.
Kommentarer