top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לפני מי אתם מטהרים‎

אין די צייט וואס אין מדינת ישראל איז היינט געמאלדן געווארן אז מ'וועט אנהייבן נאכלאזן פון די ביז יצטיגע שטרענגע רעגולאציעס וואס זענען אונטערגענומען געווארן אין לויף פון די פארלאפענע וואכן, זענען דא ערענסע פלענער ביי מערערע ישיבות צוריק צו עפענען די טויערן פון די בניני הישיבה און אנהייבן דעם זוממער-זמן אין בנין הישיבה, אין איינקלאנג צו די רעגולאציעס וואס די רעגירונג פארלאנגט. אזוי ווי ברייט-באריכטעט האט 'וועד הישיבות' פראקלעמירט א פלאן וואס איז אויך אדורך די באשטעטיגונג פון 'משרד הבריאות', א פלאן וואס לויטעט אז די בחורים זאלן צוטיילט ווערן אין קלענערע גרופעס און זיך אויפהאלטן פארשפארט אין לויף פון צוויי וואכן אין 'קפסולות' און נאך צוויי וואכן וועלן די בחורים ווערן ערלויבט צוריק אריינקומען אין די בניני הישיבות. צווישן די פילע ישיבות וואס האבן אנגענומען דעם פלאן איז אויך די בארימטע וויזניצ'ע ביוד"א ישיבה אין בני ברק, נאך א לענגערע זיצונג היינט בביתו נאוה קודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין חצור, און אין די יעצטיגע טעג ווערט פארענדיגט די נייע 'מקוה טהרה' וואס וועט זיך געפונען אין די בנין הישיבה, כדי די בחורים זאלן נישט דארפן ארויסגיין צו די שטאטישע מקוה אין בני ברק, נאר זיך גענצליך קענען אויפהאלטן אין בנין הישיבה.







Comments


bottom of page