דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם אנהייב וואך איז האדמו''ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט''א אפגעלויגן קיין מיכלשטאט, דייטשלאנד אין באגלייטונג פון א גרויסער צאל חסידים אין אוהדים, וואו ער האט כמנהגו צענדליגער יאהרן - פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם בעל שם פון מיכלשטאט זי''ע בעצם יומא דהילולא, נאכמיטאג אויפן וועג צוריק צום לופטפעלד אין פראנקפורט האט דער מקובל מתפלל געוועהן ביים ציון הק' פון הרה''ק רבי ישראל מסטאלין זי''ע לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן ראש השנה. אינעם לופטפעלד האט ער זיך באגריסט מיט כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א.
Comments