top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ולבקר בהיכלו • האד' מראחמיסטריווקא מאנסי באזוכט אין ת"ת מוסדות ראחמיסטריווקא מאנסי

דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין די ראחמיסטריווקא מוסדות בנשיאותו וואו עס איז פארגעקומען די מעמד התחלת לימוד גמרא פאר די צענדליגע תלמידי כיתות ה’ פון תלמוד תורה אינעם אודיטאריום זאל פונעם חדר.

די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן די מנהל פון די עלטערע כיתות הרה”ג ר’ יואל מייזליש שליט"א אב”ד אוהעל-עירמאנט ווען צום שלוס האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן פאר די ילדי תשב"ר אין כדרכו בקודש אריינגברענגט א געשמאק, חשק אין א ברען צום התחלת לימוד הגמרא. נאכן מעמד זענען די קינדער דורך געבן לחיים.

דערנאך איז די רבי שליט"א ארומגעגאנגן צווישן אלע קלאסן אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסד די וועד הגשמי אין די מנהלים רוחניים, אין זיך אומגעקוקט מיט א נחת דקדושה אויף די צאן קדשים זייענדיג עוסק בלימוד התורה.








bottom of page