top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדיק מה פעל • תולדות ומראות חייו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל‎ בעל 'עבדא דמלכא'

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אבידה היא שאין לה תמורה

דאס יהדות החרדית אומעטום איז אונטער א וואלקן פון טרויער, נאך די פריצייטיגע הסתלקות פון חסידא ופרישא כ"ק מרן אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל מקאסוב בעל ה'עבדא דמלכא', וועלכע האט צוריקגעגעבן זיין נשמה טהורה דעם פרייטאג צונאכט'ס, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע יאר אהאלב, אין בליענדן עלטער פון זעקס-און-זעכציג יאר.

 

מיט די הסתלקות פון 'קאסוב'ער רבי' זצ"ל איז אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט, א זעלטענע דמות פון א צדיק אמת וועלכע האט פארקערפערט אין זיך א קאלירפולע געשטאלט, א שלימות'דיגע מהות וואס טרעפט זיך זעלטן. דער רבי איז געווען דער גרויסער 'עמוד התורה והוראה' וועלכע איז געזעצן און געלערנט שעות ברציפות, און 'כל רז לא אניס ליה' אין אלע חלקי התורה, בנגלה נסתר און הלכה, דער 'פסוק אחרון' פאר די שווערסטע שאלות בעניני נפשות ועניני הכלל, דער 'עמוד העבודה' וועלכע האט געפאלמט ביים דאווענען מיט א זעלטענע ברען און דביקות, און איז פשוט אויסגעגאנגען פארן אויבערשטן, אן עובד ה' כחד מקמאי וועלכע האט אראפגעלייגט א העכערע עבודת הקודש אין א פשוטע וואכענדיגע תפלה, אפגערעדט אין די שבתים וימים טובים, ווען דער צדיק איז געשטאנען אויף די פיס לענגערע שעות נאכאנאנד און מיט אלע כוחות אויסגעשריגן דעם 'כל עצמותי תאמרנה'.

 

האי עניו והאי חסיד, וואס טראץ זיין גדלות בתורה ויראה האט ער זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און מיט זיין ווייעכע הארץ, לבן ואוהבן של ישראל, האט ער ארויסגעוויזן א ליבשאפט יעדן איינציגסטן איד באשר הוא שם, און מיט אן אוזן קושבת מקרב געווען אידישע קינדער בכל עת ובכל זמן. דער 'ראש המדברים בכל מקום' וואס מיט זיין ליבליכן שפראך האט ער מחזק געווען אידישע קינדער נאך יעדע שווערע טראגעדיע ביי כלל ישראל און מקרב געווען אידישע קינדער לאביהם שבשמים, און ביי יעדן אסיפה לחיזוק יסודות הדת, איז דער 'קאסובער רבי' געווען דער עמוד האש ההולך לפני המחנה וועלכע האט אדרעסירט דעם חובת השעה.

 

דער 'קאסובער רבי' זצ"ל איז געווען 'מקברניטי היהדות הנאמנה', אן אדרעס ווי טויזענטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען קלאפן אויף זיין טיהר אנצופרעגן שאלות בהלכה, אויסגראדן סוכסוכים אין שלום בית און עניני ממונות, גדולי הרבנים והפוסקים האבן זיך צו אים געוואנדן מיט אלע שווערע שאלות, וכל הדבר הגדול יביאון אליו, גדולי המקובלים געוואוסט אז ביים קאסובער רבי קען מען אנפרעגן אלע שאלות בתורת הנסתר און זיך משתעשע זיין מיט אים בתורת הח"ן, און די גדולי העסקנים ביים יהדות החרדית האבן זיך נישט גערירט פון טון סיי וועלכע עסקנות אדער שריט בעולם הכלל, אן זיך דורכרעדן פון פאראויס מיט 'קאסובער רבי'.

 

אצינד מיט די הסתלקות פון דעם אדם הגדול בענקים האבן מיר דאס אלעס פארלוירן, דאס יתמות און אבילות שפירט זיך אין די לופטן און עס איז אומבאשרייבליך. עס לאזט זיך ריכטיג זאגן: "אוי, מי יתן לנו תמורתו", ווייל עס איז ריכטיג נישט פארהאן איינער וואס זאל קענען ערפולן דעם גרויסן חלל וואס האט זיך דא געשאפן אין אלע נושאים און תחומים וואס דער רבי האט אין זיך פארקערפערט.

 

באזונדער האט די שטאט 'בארא פארק' געליטן א ביטערע קלאפ, ווען דער רבי זצ"ל איז געווען דער 'מנהיג העיר' אין פולן זין פון ווארט, יעדע שאלה וואס האט זיך געמאכט אין שטאט, יעדער מאורע און יעדער געשעעניש וואס האט פאסירט אין שטאט, איז דער 'קאסובער רבי' געווען דער ערשטער צו וועמען מען האט זיך געוואנדן צו באקומען א הדרכה אדער א תשובה, ועל פיו ישק כל דבר קטן וגדול. די שטאט 'בארא פארק וויינט: 'לקינו בכפלים', קוים וואס מ'האט זיך געטרייסט נאך די פלוצלינג'דיגע התסלקות פון מרן המשגיח הגה"צ גאב"ד אמונת ישראל זצ"ל און אצינד האט מען געכאפט 'שבר על שבר' מיט די פריצייטיגע הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל. אוי נא לנו כי חטאנו.

 

ואלה תולדות

דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן כ"ו טבת תשי"ח אין בארא פארק צו זיין פאטער הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל האגער זצ"ל, אדמו"ר מקאסוב־זאלישטשיק, זון הרה"ק רבי שרגא פייבוש מזאלישטשיק זצוק"ל, זון הרה"ק בעל 'אמרי ברוך' מויז'ניץ זי"ע, און איידעם פון; הרה"ק בעל ה'לקט עני' זצוק"ל מקאסוב.


אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין ת"ת 'באר שמואל' אין בארא פארק, ווי שוין פון יונגווייז אן האט מען געזען אויף אים א ספעציעלע איידלקייט און א זעלטענע התמדת בתורה. בשנת תשל"א ווען ער איז געווארן דרייצן יאר איז ער געפארן קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און זוכה געווען צו לייגן תפילין ביי הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, וועלכע האט זיך אויך באטייליגט ביי סעודת מצוה אנגעטון בבגדי שבת.


תחת אחת השיחים, האט דער רבי זצ"ל אמאל געזאגט, אז פון די בר מצוה האט ער זיך מקבל געווען זיך צו דערווייטערן פון 'עניני עולם הזה' און צוליב דעם האט ער מער נישט געוואלט אויסהערן 'חזנות קאסעטעס' וואס ער האט זייער געגליכן אויסצוהערן. 

 

אלס בחור האט דער רבי געלערנט אין 'ישיבת שערי יושר' ווי ער האט זיך פאררעכענט אלס איינע פון די נענסטע תלמידים ביים ראש ישיבה הגה"ק רבי אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל בעל 'נתיבות יושר'. דארט אין ישיבה האט ער אסאך קונה געווען, ושמו הטוב הולך לפניו אלס א גרויסע עילוי און א שארפע קאפ.


ווען דער רבי איז עלטער געווארן איז ער געגאנגען לערנען אין 'ישיבת סלאבודקא' אין בני ברק און מקיים געווען דעם "הוי גולה למקום תורה", ווי ער איז בליץ שנעל באוואוסט געווארן אלס איינע פון די 'אריות שבחבורה' און די ראשי הישיבות האבן זיך משתעשע געווען מיט אין בפולפולא דאורייתא לענגערע שעות נאכאנאנד. שפעטער איז דער רבי געגאנגען לערנען אין 'ישיבת חכמי לובלין' ווי דער רבי האט גענאסן א חיבה יתירה ביים ראש ישיבה הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, וועלכע האט אים שפעטער גענומען אלס איידעם פאר זיין אייניקל, בת בנו הגה"צ בעל מחשבת הלוי זצ"ל.

 

לערנענדיג אין בני ברק, האט זיך דער רבי געווייקט ביי שאר בשרו הגה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל וועלכע האט אים ארויסגעוויזן א קירבה יתירה און האט זיך אסאך משתעשע געווען מיט אים בלימוד התורה, באזונדער אין ספר 'קצות החושן'. אזוי ארום איז געשאפן געווארן צווישן זיי א נאנטע קשר עליון דאורייתא.

 

אין די שפעטערע יארן האט דער רבי געלערנט אין 'ביהמ"ד גבוהה ד'לעיקוואוד' ווי ער איז ווייטער געשטיגן במעלות התורה וההוראה, און זיך אסאך מפלפל געווען מיטן ראש ישיבה הגאון רבי שניאור קאטלער זצ"ל. אזוי אויך האט זיך דער רבי פארהערט אין יענע יארן ביי הגאון האדיר המפוסרם רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל גאב"ד האליין, וועלכע האט שטארק מפליא געווען דעם רבינ'ס עיון ובקיאות בכל חלקי שולחן ערוך והלכה.

 

בהגיע לפרקו האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת תליט"א בת הגה"צ רבי חיים מאיר הלוי וואזנר זצ"ל בעל ה'מחשבת הלוי' ובנו הגדול פון מרן פוסק הדור בעל ה'שבט הלוי' זצוק"ל. נאך די חתונה איז ער געבליבן וואוינען אין בני ברק, ווי ער האט געלערנט אין 'כולל להוראה חכמי לובלין' און האט זוכה געווען לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא ביים גרויסן זיין דער פוסק הדור זצ"ל.

 

ראשית ממלכתו

נאך עטליכע יאר, האט אים זיין פאטער דער זאליטישקער רבי זצ"ל פארבעטן צוריקצוקומען קיין אמעריקא און אים ארויסהעלפן מיט די שטוב ווירשאפט. דער רבי האט טאקע אלעס אפגעלאזט און מקיים געווען דעם 'כיבוד אב' און זיך באזעצט אין ניו יורק סמוך לשלחן אביו. אין די ערשטע יארן האט דער רבי אויך געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת ערוגת הבושם צעהלים אין וויליאמסבורג.

 

בשנת תשנ"א איז דער רבי אויפגענומען געווארן דורך כ"ק אדמו"ר בעל ה'תורת מרדכי' מוויזשניץ זצוק"ל, אלס 'דומ"ץ קהל תורת חיים וויזניץ בארא פארק', ווי וויזניצ'ע חסידים אין בארא פארק האבן אים אנגעפרעגט אלע זייערע שאלות בכל חלקי התורה, און ביז נישט לאנג איז דער רבי געווארן א 'תל תלפיות', דינענדיג אלס דער אפציעלער דיין ומורה הוראה פאר הונדערטע אידן תושבי בארא פארק און ארום לדעת להם את המעשה אשר יעשו.


חודש אייר תש"ס נאך די הסתלקות פון זיין פאטער זצ"ל, איז דער רבי זצ"ל אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו און האט ווייטער אנגעפירט דאס ביהמ"ד פון זיין פאטער אויף די עלעפטע גאס אין בארא פארק. דער רבי איז ווייטער אנגעגאנגען זיין עבודת הקודש בהצנע לכת און זיך נישט געוואלט פירן מיט קיין שום גינוני אדמורו"ת און זיך דערווייטערט פון פורסום אדער ראביסטעווע. אבער עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און צענדליגע אידן האבן זיך אנגעהויבן צו קלאמערן ביי זיינע תפלות און טישן, ביז דאס קליין ביהמ"ד פון זיין פאטער האט נישט געקענט אדאקאמעדירן דעם ריזן ציבור.

 

בלית ברירה האבן די חסידים אפגעדינגען די זאל וואס געפונט זיך אין בנין 'בית רחל ד'סאטמאר' אין בארא פארק און דער רבי האט דארט געפירט די עבודת הקודש עטליכע יאר. אין יענע צייט האט דער רבי אויפגענומען זיין איינציגסטן ברודער הגה"צ אב"ד זאליטשיק שליט"א ווייטער אנצופירן דאס ביהמ"ד פון זייער פאטער. שפעטער איז דער זאל אויך געווארן צו קליין, האט מען דעמאלט געקויפט דעם יעצטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש עד יומו האחרון און אצינד האלט מען ביי די לעצטע פאזעס פון צוענדיגן דעם נייעם גרויסן ביהמ"ד וועלכע דער רבי זצ"ל האט ליידער נישט זוכה געווען צו זעהן בתפארתה.

 

דורכאויס די יארן איז 'חצר בית קאסוב' אויסגעשטיגן אלס א 'תל תלפיות' ווי טויזענטע אידן חסידים ואנשי מעשה פלעגן זיך דערווארעמען וועכענטליך ביי די לעכטיגע טישן און הייליגע תפלות, דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים ווי מיט די אייגענע קינדער און זיך מוסר נפש געווען זיי אויפצוהייבן העכער און העכער בתורה וחסידות. דער רבי האט כמעט יעדן טאג פארגעלערנט שיעורים אין ספרי חסידות און איינגעווארצעלט אין די חסידים די אמונה הטהורה און די ריכטיגע השקפה פון הייליגן בעש"ט ותלמידיו הקדושים, דאס איז געווען אויסער די טעגליכע שיעור אין גמרא וואס דער רבי האט פארגעלערנט בבית מדרשו תמידין כסדרן.

 

אין די זעלבע צייט האט דער רבי ווייטער אנגעהאלטן זיין פאסטן אלס 'דיין ומורה הוראה' און געפסקנ'ט שאלות פאר אידישע קינדער. זיין טיהר איז געווען פיר און צוואנציג שעה א טאג, און ווען א איד האט געוואלט האט ער געקענט אריינקלאפן און אנפרעגן זיינע שאלות. בלויז אין די לעצטע צוויי יאר האט מען באשטימט געוויסע 'זמני קבלת קהל' צו פארגרינגערן פארן רבי'ן זצ"ל.

 

ממנהיגי היהדות הנאמנה

דער רבי זצ"ל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסע 'בעל מחנך' וועלכע האט פארשטאנען צו חינוך און ארויסגעהאט די נסיונות אין וואס די דור איז געשלאגן. הונדערטע אידן פלעגן אנפרעגן ביים רבי'ן פארשידענע שאלות בעניני חינוך ושלום בית אויף וואס דער רבי האט יעדן געענטפערט מיט א קלארקייט און א הארת פנים.

 

דער רבי איז געווען א 'נואם בחסד עליון' און זיינע שמועסן זענען געווען א שם דבר איבער די גאנצע וועלט, אלס פייערדיגע שמועסן איבער אלע עניני עבודת ה', זיינע שמועסן זענען געווען מתובל בדברי תורה, הלכה, פסקים, סיפורי קודש און דברי מוסר השוים לכל נפש, צו וועלכע עס פלעגן שטראמען הונדערטע אידן צו הערן א שמועס פון 'קאסובער רבי'.


דעם רבינ'ס השפעה האט זיך איבערגעגאסן איבער די גאנצע וועלט און עטליכע מוסדות התורה אין בארא פארק און לעיקוואוד האבן אויפגענומען דעם רבי'ן זצ"ל אלס דער 'נשיא' פון זייע רמוסד און האבן אנגעפרעגט אלע זייערע שאלות בחינוך הבנים והבנות ביים רבי'ן זצ"ל.

 

עבודת הקודש

נאך פון יונגווייז אן איז דער רבי געווען באקאנט מיט זיין אויסטערלישע 'עבודת התפלה' בהתפשטות הגשמיות ממש, די הימלישע תנועות, די זעלטענע דביקות, דאס ברען וואס האט געפלאקערט מיט אזא התלהבות, בשעת ווען זיין פנים פלאקערט פון אהבת ה'. אפגערעדט פון די עבודת הקודש ביי די 'נענועים', ביי 'אקדמות' אדער ביי די 'הקפות' וועלכע האבן געדויערט לענגערע שעות נאכאנאנד, ווען מ'קען זען בחוש, אז דער רבי געפונט זיך בעלמא הדין נאר איז ווי פארשוואונדן ערגעץ אין עולם אצילות, ביחודא שלים מיטן באשעפער אליינס.

 

לפני כשנתיים אף הופיע ספר עבדא דמלכא שני כרכים, על עבודת התפלה, שמטרתם לגלות ולבאר אורה של עבודת התפילה מאמרים יקרים ואוצר פנינים השווים לכל נפש."עמוד צלותהון דישראל" – היה הרבי זצוק"ל בכל רמ"ח איבריו ושס"ה גידיו. אשרי עין ראתהו בתפילותיו הנלהבות בשבתות ובמועדים, כאשר התבערה ללהב יצאה בכל עוז ותעצומות, בכל הכוחות עד אפיסתם לגמרי. עד התקופה האחרונה עוד מסר את נפשו לערוך את השולחנות ואת התפילות בכוחות אחרונים, כאשר היתה באמנה אתו, בלי להתחשב בגופו החלוש והמיוסר שכמעט וכבר לא נשמע לו.


ווי קען מען בכלל רעדן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א 'שבת קודש' ביים רבי'ן, ווי אזוי א 'יום טוב' האט אויסגעקוקט ביים רבי'ן. דאס הארץ איז מלא געגועים און התרגשות זיך דערמאנענדיג פון יענע הייליגע מאמענטן ווען דער רבי האט געפירט די שולחנות הטהורות פרייטאג צונאכט'ס, שלש סעודות, און אפילו ראש חודש, חול המועד, שמחת בית השואבה און אזוי ווייטער.  דיו אילוי ימי וכל מי כנישותא איז נישט מעגליך צו שילדערן די הרגשים וואס האבן זיך ווי איבערגעגאסן ביי אט די הייליגע טישן, הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא, זייענדיג איין לאנגע קייט פון קדושה וטהרה מבואו ועד צאתו.

 

הונדערטע אידן תושבי בארא פארק פלעגן קומען מדי שבת בשבתו מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה, בפרט 'שבת בא' וואס איז געווען ביים רבי'ן איינע פון די גרויסע שבתים אין יאר, און טאקע אויך היי-יאר האט דער רבי געפירט 'שבת בא', א שבת איידער דער רבי האט אנגעהויבן פארן קיין דייטשלאנד אויף צרכי רפואה. פון ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש, האט ער ווי זיך אויסגעטון פון דעם גשמיות'דיגן וועלט און מיט די הייליגע תנועות יקוד אש, האט דער רבי געשוועבט אין אנדערע עולמות און ניטאמאל געכאפט וואס פאסירט ארום אים. אפט מאל פלעגן קומען גדולי הרבנים צום טיש, אבער דער רבי האט זיי אפילו נישט באמערקט זייענדיג אזוי פארדביקה'ט אין העכערע אטמאספערן. נאר נאך א לענגערע וויילע האט זיך דער רבי אויפגעכאפט און זיך אנטשולדיגט פאר די רבנים זאגענדיג אז ער זיי פשוט נישט באמערקט.

 

מיט צוויי יאר צוריק האט דער רבי ארויסגעגעבן 'פינף ספרים' איינס נאכן צווייטן, וואס לויט ווי די חסידים געבן איבער, האט דער רבי געשפירט אז ער גייט נסתלק ווערן אין די נאנטע צוקונמפט און ער מוז עפעס איבערלאזן פארן קומענדיגן דור לדעת את הדרך ילכו בה. דער רבי האט ארויסגעגעבן די הייליגע ספרים: 'שבת מלכא קדישא' אויף קדושת שבת, 'עבדא דמלכא' אויף עבודת התפלה, און 'מעיינא דמלכא' – הקמה לספרי חסידות.


דער רבי זצ"ל האט געהאט א באזונדער קשר מיט ארצינו הקדושה און פלעגט יעדן זוממער קומען צו פארן קיין ירושלים עיר הקודש, ווי דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש בקרתא דשופריא אויף א העכערע פארנעם. גאנצע נעכט האט דער רבי געפראוועט ביים 'כותל המערבי' און געזיצן און געלערנט בהיכלא דמלכא, איינגעזינגען אין זיינע הייליגע מחשבות מיט געגועים און בענקענישן לירושלים הבנויה. מיט פארמאכטע אויגן און די הענט געהויבן צום הימל, האט זיך דער רבי מדבק געווען אין העכערע עולמות און ממשיך געווען מבארו הזך, פאר די פילצאליגע חסידים וואס זענען געקומען שעפן פון דעם רייכן קוואל.


וויילענדיג אין ירושלים האט דער רבי אפגעראכטן די תפלות און טישן אין ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב אדוניהו און ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב נחמיה. און אין די לעצטערע יארן האט דער רבי געפראוועט בבית מדרשו פון בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האט אנגעפירט די קאסוב'ע ביהמ"ד אין ירושלים. אזוי אויך פלעגט דער רבי פראווענען שבתים אין עיה"ק צפת אין 'ביהמ"ד קאסוב' וועכלע שטייט בנשיאתו, און אויך אפרעכטן א 'מעמד התפלה' ביי 'משכן שילה' וועלכע איז באקאנט אלס א מקום מסוגל לישועות.


שנה האחרונה

א באזונדערע מסכת פון 'יסורים של אהבה' איז דער רבי אריבער די לעצטע יאר אהאלב, ווען דער רבי ז"ל איז ל"ע קראנק געווארן אויף א שווערע פארנעם און די דאקטוירים האבן באלד ביים אנהויב אויפגעגעבן האפענונג, זאגענדיג אז קיין רפואה איז נישט פארהאן. די ביטערע בשורה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס זארג ביים גאנצן יהדות הנאמנה וועלכע האבן איינגעריסן וועלטן לרפאתו השלימה. איבער די גאנצע וועלט האבן טויזענטע אידן אנשים נשים וטף געדאווענט און געבעטן, זיך מקבל געווען קבלת טובות און מתפלל געווען לרפואת מרן שרגא פייבוש בן מלכה. תפלות ישראל עשתה רושם, און צוויי חדשים שפעטער האט זיך דער רבי באוויזן עטוואס ארויסצודרייען פון דעם שווערן מחלה.

 

אבער ליידער, דעם אנהויב יאר, איז די מצב ווידער שווער געווארן און אויפן ראט פון די עסקנים האט דער רבי געזאלט דורכגיין מעדעצינישע באהאנדלונגען אין דייטשלאנד. דער רבי האט דאן אפגעשריבן א הארציגע בריוו פאר קהל חסידיו, און בארוהיגט די חסידים אז דאס איז נאר א קליינע דורכגאנג און בקרוב וועט דער אויבערשטער העלפן אז מען וועט זיך ארויסדרייען פון דעם שווערן מצב. ליידער אבער איז געווען נגזרה הגזירה, און עס האבן זיך געמאכט פארשידענע קאמליקאציעס אין מערערע טיילן פונעם רבינ'ס קערפער וועלכע האבן נישט פונקציאנירט ווי עס דארף צו זיין און דער רבי איז אוועקגעפאלן על ערש דוי, בשעת ווען כלל ישראל איז מרבה בתפלה ותחנונים אויף א גענצליכע רפואה.

 

דורכאויס די שווערע צייטן וואס דער רבי איז אריבער, האט דער רבי כסדר געחזר'ט אז מען דארף זיך מחזק זיין אין 'אמונה בה' אפילו ווען מען פארשטייט נישט, נסתרים דרכי ה' און מען דארף גלייבן אז וואס דער אויבערשטער טוט איז גוט. אזוי אויך האט דער רבי מערערע מאל דערמאנט אז אידישע קינדער דארפן וויסן ווי גרויס און חשוב איז א 'תפלה' פון א איד, און מען דארף באמת גלייבן אז דורך די תפלות פון אידן קען מען געהאלפן ווערן. אזוי אויך האט דער רבי אסאך מאל געבעטן אז מ'זאל זינגען ביי די טישן דעם ניגון 'מה אשיב לה' כל תגמלוהי עלי'.

 

טראץ דעם רבינ'ס שווערע מצב הבריאות איז דער רבי ווייטער אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש תמידין כסדרן, פארגעלערנט די שיעורים, אויפגענומען מענטשן און געפירט די טישן. אפילו לעצטן זוממער איז דער רבי געפארן קיין ארה"ק און אפגעראכטן די עבודת הקודש אזוי ווי יעדע יאר.


ליידער האט זיך די מצב הבריאות דראסטיש פארערגערט אין די פארלאפענע צוויי וואכן, און דעם פארלאפנעם פרייטאג זענען די קינדער גערופן געווארן צום שפיטאל און געזאגט פסוקי יוחוד מיט א קול געשטיקט פון טרערן. שבת משוש לבנו, פרייטאג צונאכט'ס, אין דעם זעלבן שעה וואס דער רבי זצ"ל פלעגט אפרעכטן די עבודת הקודש מדי שבת בשבתו ביי די לעכטיגע טישן, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ווען דער הייליגער צדיק איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.


דער רבי לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים: בנו בכורו כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ ר' יעקב שמשון האגער שליט"א איידעם ביי הגה"צ ר' ליפא זילבערמאן שליט"א אב"ד ראצפערט, כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ ר' מנחם מענדיל דוד האגער שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, הרה"ג ר' משה האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב וויליאמסבורג איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הרה"ג ר' ברוך האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד איידעם ביי הגה"צ מפאקשעוויץ שליט"א, הרה"ג ר' אהרן האגער שליט"א איידעם ביי הרה"ג ר' אשר אנשיל כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי, און בן זקוניו הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל האגער שליט"א איידעם ביי הרה"ג ר' דוד אלי' לייפער שליט"א אבד"ק ווערדאן-נדבורנא. די איידימער הרה"ג ר' משה אליקים בריעה אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, הרה"ג ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנאראל, הרה"ג ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א בן הרה"ג אב"ד באראוו שליט"א, און הרה"ג ר' יונה מיללער שליט"א זון פון הרה"ג ר' אליעזר ליפא מיללער שליט"א מחאמעלניק. און זיין איינציגסטער ברודער הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אב"ד קאסוב זאליטשיק.





Comments