ווי ברייט באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אנגעקומען צום שטאט אנטווערפן וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן ביז די קומענדיגע וואך דינסטאג. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון צוויי גבאים און זיין חברותא ידידינו האברך ר' יעקב הלל ליכטענשטיין ני"ו פון אנטווערפן.
באלד ביים אנקומען האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א. דער אנטווערפענ'ער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם רבי'ן ביתרת הכבוד און געהייסן דעם רבי'ן זיך זעצן אויף די רבני'שע שטול. ברוב ענותנותו האט דער רבי שליט"א בשום אופן נישט געוואלט מסכים זיין דערצו און האט זיך נישט געוואלט אוועקזעצן אויפן שטול. דאן האט דער אנטווערפענע רב געזאגט אז עפ"י הלכה מוז מען פאלגען אלעס וואס א 'בעל הבית' הייסט און ער טוט אים הייסן זיך אוועקצוזעצן אויפן שטול.
בלית ברירה האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט אויף דעם רבני'שן שטול ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס. צווישן אנדערע האט דער אנטווערפענ'ער רב שליט"א אויפגעדעקט פאר די פארזאמעלטע, דאס וואס ער זעלבס האט געהערט פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל אז ער וויל אויפנעמען דעם רבי'ן שליט"א אלס ממלא מקומו: "טאקע דא אין דעם שטוב, האב איך געהערט פון אייער פאטער זצ"ל, וואס האט מיר פרעזענליך געזאגט אז "מיין שיעלע איז מיין ממשיך"... ער האט צו מיר עטליכע מאל גערעדט דערפון, אז ער דאס איז זיין רצון און דאס וויל ער – אז שיעלע זאל זיין ממלא מקומו"...
נאכ'ן באזוך ביים מרא דאתרא, האט דער רבי שליט"א אפגעלאזט די גבאים און איז ערשינען אין היכל הכולל וואו ער האט זיך אוועקגעזעצט לערנען מיט זיין חברותא כאחד אדם, וואו זיי זענען געזעצן און געלערנט עטליכע שעות ברציפות. ביים ענדע פון סדר הלימוד, האט זיך דער רבי שליט"א צוריקגעקערט צו זיין שטוב, וואקענדיג אויף די אנטווערפענ'ע געסלעך ווי א געווענליכע פארבייגייער.
Comments