כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט דורכגיין א פרישע אויג-אפעראציע אין הרצליה
- 22 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מארגן דינסטאג אויפדערנאכט וועט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ווידער ארויספארן קיין הרצליה וואו דער רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע וואך, דורכצוגיין א פרישע אפעראציע אויף די אויגן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז דער רבי דורך א קאטאראקט אפעראציע אויף איין אויג, וואס איז ווי ברייט באריכטעט באקרוינט געווארן מיט הצלחה בחסדי ה'. דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער רבי האט געליטן פון מיחושים וואס האבן אפגעשוואכט די זעה קראפט, און די דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז נאכן דורכפירן דעם ספעציעלן פראצעדור וועט מען קענען פארבעסערן דעם רבינס זיכט בס"ד, אז דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודה"ק בלי שום מיחוש.
אצינד גרייט זיך דער רבי ארויסצופארן אויף עטליכע טעג צו די צווייטע פאזע פונעם פראצעדור. לויטן פלאן וועט דער רבי ארויספארן ממעון קדשו מארגן דינסטאג, מוצאי די יומא דהילולא פון זיין פאטער הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע. די באהאנדלונג, וואס איז באשטימט אויף קומענדיגן מיטוואך, וועט ווי די פריערדיגע פראצעדור אויף די ערשטע אויג, דורכגעפירט ווערן אין די "הרצליה מעדיקל סענטער", וואס ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע פריוואטע שפיטאל אין ארץ ישראל.
נאכן אפעראציע וועט זיך דער רבי דארט אויפהאלטן אין די זעלבע אכסניא נישט ווייט פונעם שפיטאל, כדי צוריק צו קומען צו די כוחות איידערן זיך אומקערן אהיים קיין ירושלים עיה"ק.
גערער חסידים בכל מקומות מושבותיהם זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג און זענען מתפלל אז דער פראצעדור זאל אריבערגיין בשלום אן קיין מכשולות.





תגובות