קורצער און געהויבענער נסיעה רוממה דורך הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם קיין מאראקא
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

ווי באריכטעט האט זיך האדמו"ר הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ארויסגעלאזט דעם זונטאג אויף אן ערשטמאליגער נסיעה קיין מאראקא וואו ער האט באשיינט ביים שמחת החתונה בבית מקורבו הטפסר המרומם הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו פון מאנסי עמוד התווך פון חצר הקודש תורת חכם.
זונטאג נאכט נאך א זעקס שעה'דיגע רייזע האט דעם רבינס פריוואטן פליגער געלאנדעט אויפן מאראקאנעם באדן אין שטאט ראשאדי. מאנטאג אינדערפרי נאך א לינת לילה איז מען ארויסגעפארן צום שטעטל טוטאל מקום מנחותו פון המקובל הגה"ק רבי יצחק אבוחצירא זצ"ל א זון פון הגה"ק רבי יעקב אבוחצירא זצ"ל בעל אביר יעקב וראש השולשת פון די הייליגע אבוחצירא דינאסטיע.
דער רבי האט געדאוונט שחרית אינעם ביהמ"ד סמוך ונראה צום ציון און איז נאכן דאווענען ארויף צום ציון הק' וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן לענגערע שעות און אפגעראכטן אן עבודה נשגבה מיט תיקונים, תחינות ובקשות לישעות הכלל והפרט.
נאכן עלייה לציון איז מען געפלויגן קיין מאראקעש וואו מען איז צוגעפארן צום אכסניא אין איינע פון די פראכטפולע האטעלן אין די געגענט וואו עס איז שפעטער ביינאכט אפגעראכטן געווארן א גראנדיעזע מעמד סיום מסכת דורכן בעל שמחה הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו, דער רבי האט באשיינט בראש המסובים, זיך באגריסט מיט די חשובע אורחים ואנשים חשובים מעבר לים צווישן זיי דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר המשפיע הרב יוסף יצחק דזשייקאבסאן און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן בעל שמחה ר' אליעזר הי"ו.
מיטוואך אין לויף פונעם טאג האט דער רבי מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די גדולי המקובלים וואס ליגן באהאלטן אין מאראקעש, שפעטער האט דער רבי באזוכט ביי האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא און מיטגעהאלטן די חתונה ביי הרבני הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו.
מיטוואך איז דער רבי אפגעפלויגן מיטן פריוואטער פליגער צום שטאט פעס, א נסיעה פון א שעה צו פליען פון מאראקעש.
שחרית האט דער רבי געדאוונט אינעם היסטארישן בן דנאן שול אין פעס וואס איז פון די עלסטע בתי מדרשים אין מאראקא, און נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף צום אלטן בית החיים, וואו ער האט מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די גדולי חכמי מאראקא, רבי יהודה בן עטר זצ"ל, רבי משה אלבז זצ"ל, רבי יעקב אבן צור זצ"ל און נאך.
פון דארט איז מען געפארן קיין וואזשאן וואו עס ליגט באהאלטן דער באקאנטער צדיק פון מאראקא רבי עמרם בן דיוואן וואס זיין ציון איז לעצטענס באקאנט געווארן אלס א מקום מסוגל לישעות און טויזנטער אידן קומען צו פארן צו זיין ציון פון אלע עקן וועלט. נאכן עלייה לציון ביי וועלכן דער רבי האט אראפגעלייגט אן עבודה רבה האט ער אפגעראכטן א סעודה אינעם ביהמ"ד ביים ציון און דערנאך געדאוונט מעריב אויפן ארט. עס איז געווען אין די פריע פארטאגס שעהן ווען דער רבי מיט די באגלייטער האבן זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד, און זיך געהויבן אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל וואו מען איז אנגעקומען בשלום דאנערשטאג אינדערפרי.



















































