כינוס רבתי "משרתי עליון" פאר הונדערטער מלמדים אין מוסדות נעץ דחסידי סקווירא ברחבי ניו יארק
- 3 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקתי • ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN
קרוב צו 300 מלמדים, מצדיקי רבים ככוכבים, פון מוסדות סקווירא איבער גרעיטאר ניו יארק, האבן אינאיינעם מיטגעהאלטן א זעלטן דערהויבענע טאג בשבת אחים גם יחד, א טאג טאג מלא חיזוק והתעלות, צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש משפיע זיין פאר די צאן קדשים, צוקנופטיגע דורות הבאים, זיי מחנך און מגדל זיין על דרך התורה והמסורה בדרכי אבותינו ורבותינו.
די כינוס המלמדים וואס איז געווארן אנגערופן "משרתי עליון" איז פארגעקומען דעם מאנטאג פרשת אמור, אין די פראכטפולע "ארמון האטעל" אין קאנעטיקעט, אנגעהויבן פון די נאכמיטאג שעות זענען אלע מלמדים אנגעקומען צום האטעל, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א זעלטן רייכע פראגראם, מיט הערליכע שיעורים און דרשות מפי מגידים מפורסמים שליט"א, באזונדערע אינהאלטסרייכע לעקציעס, פאנעלן, און נאך.
צום ערשט האט מען געהערט די דרשה פונעם נואם בחסד עליון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, מיט דברי התחזקות פאר די מלמדים מיט זייער עבודת הקודש.
מיט יראת הכבוד האבן די חשובע מלמדים מקבל געווען בברכה הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, וועלכע איז געקומען באשיינען דעם כינוס האדיר בשליחות פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א מסיבה מיוחדת בראשות הרה"צ ר' יצחק שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני הכנה והתעוררות, און דערנאך האט רבי יצחק אנגעהויבן זיינע דיבורים, ווען צום ערשט האט ער איבערגעגעבן די ברכות הקודש וואס אביו הגדול דער רבי שליט"א האט אים איבערגעגעבן לרגל המאורע מיט דברי חיזוק פאר די מלמדים, און דערנאך האט ער פאר א לענגערע וויילע איבער א האלבע שעה משמיע געווען גאר שטארקע דיבורי חיזוק והתחזקות איבער די זכות וואס די חשובע מלמדים פארמאגן מיט זייער עבודת הקודש.
דערויף האט אויפגעטרעטן די מנהל כללי פון מוסדות שיכון סקווירא הרה"ג ר' יצחק יוסף אונגאר שליט"א, ווי ער האט גאר ווארים באדאנקט דעם רבינ'ס זוהן פאר זיך קומען משתתף זיין ביים מסיבה, און בכלל זיינע פילע לייסטונגען לטובת די סקווירא מוסדות איבעראל שטייענדיג גרייט בכל עת ועונה ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך.
נאך די מסיבה מיוחדת, האבן זיך די קרוב צו 300 מלמדים צעטיילט צווישן 13 חבורות, אויף א אופן אז א יעדע חבורה מלמדים פון א יעדע גיל באזונדער האבן זיך צוזאמגעציילט אין איין קבוצה, און זיי זענען געווארן אויסגעשפרייט צווישן די ברייטע שטיבער פונעם האטעל, ארום צוויי שעה נאכאנאנד האבן די קבוצות פארברענגט אינאיינעם זיך אויסשמועסענדיג צוזאמען, נעמענדיג עצות און הדרכה פון איין מלמד צום צווייטן, איש את רעהו יעזורו.
במשך די צייט איז הרה"צ ר' יצחק שליט"א ארומגעגאנגען צווישן אלע קבוצות, און האט זיך אפגעשטעלט ביי א יעדע קבוצה פאר עטליכע מינוט, ווי מען האט געהאט די געלעגנהייט אנצופרעגן פארשידענע שאלות כדת מה לעשות וואס זענען נוגע פאר די מלמדים.
דערויף ארום 8:30 איז פארגעקומען גאר א עלעגאנטע סעודה רחבה כיד המלך פאר אלע מלמדים, סעודה שתלמידי חכמים מסובין בה, ווי מען האט געהערט די דרשה נפלאה פונעם מגיד מישרים ומחנך נפלא פון ארה"ק הרה"ג ר' פנחס ברייער שליט"א, באגלייט מיט א רייכע פאנעל דורך מלמדים פון אלע יארגענג, וואס האט זיך פארצויגן איבער דריי שעה.
ביים סיום המעמד ווען עס איז שוין געווען ארום 12 אזייגער אויפדערנאכט איז געווען ברכת המזון, און די הונדערטער מלמדים האבן זיך אהיימגעקערט למקומות מושבותיהם, אנגעפילט מיט חיזוק והתחזקות אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.
































תגובות