top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע 'קירוב רחוקים' דורך הגה"צ אבד"ק קאלוב ביתר ארום די שטעט ברחבי ארץ הקודש

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם פארגאנגענעם וואך פרשת במדבר איז הגה"צ רבי אליעזר צבי טאוב שליט"א אב"ד קאלוב פון ביתר בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש ארומגעפארן אויף א מסע חיזוק צווישן די ווייטע שטעט ברחבי ארץ הקודש, אנצופירן מיט די ברייטפארצווייגטע פעולות נשגבות פון קירוב רחוקים, דורך די בארימטער "אור עולם" ארגאניזאציע, וואס איז געגרינדעט געווארן מיט צענדליגער יארן צוריק דורך דער קאלובער רבי שליט"א פאר קירוב רחוקים.


דער רב שליט"א האט באזוכט אין די שטעט תל אביב, חריש און פסגת זאב און במשך עטליכע טעג, אויפגענומען הונדערטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און זיי מחזק געווען בתורה ויראת שמים, וואו זיי האבן זיך אונטערגענומען פעסטע קבלות טובות ביסודות היהדות, בפרט אין די יעצטיגע שעת מלחמה, ווען טייל פון די אידן פארמאגן משפחה-מיטגלידער פארכאפט ביי די אראבער, און האבן זיך אונטערגענימען די קבלות טובות לזכותם.


דער רב שליט"א האט מעיין געווען אין יעדן קבלה טובה בפרטית פאר א לענגערע וויילע וואס איז זענען געווארן איבעגעגעבן אין די אור עולם אפיסעס וועלכע האלטן אן א קשר מיט די מקבלי הקבלות.


אזוי אויך האט דער רב שליט"א באזוכט אין די ארטגיע מוסדות חינוך וואו ער האט נושא ונותן געווען מיט די צוות המוסדות בנוגע די חינוך הבנים, בדרך ישראל סבא, איבערלאזנדיג הויפענעס חיזוק ביי די עוסקים במלאכת הקודש וואס וועט מיטן אויבשטנס הילף נושא פירות זיין לשעה ולדורות.























Comments


bottom of page