top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת היסוד בראשות גדולי ישראל פאר מוסדות לבנים ובנות בני ישוב הישן עטה"ק אין נייעם ישוב הר יונה

זונטאג פ' עקב - י"ב אב תשפ"ג | בחצרות הקודש


א היסטארישע אסיפה איז פארגעקומען פאריגע וואך לרגל דער אנהייב פון א פרישע עפאכע, אין דעם נייעם ישוב "הר יונה" אין שטאט נוף הגליל, צפון ארץ ישראל, וואו עס גרייטן זיך לקראת דעם קומענדיגן ווינטער ארויסצומופן א גרויסער ציבור חברי קהילות הקודש פון דער ישוב הישן שבירושלים, און קובע זיין מקום מושבם אין דעם נייעם ווירבלנדער געגענט, וואו עס וואוינען שוין היינט קרוב צו הונדערט פאמיליעס פון קהל הקודש תולדות אברהם יצחק און נאך קהלות החונים תחת דגל העדה החרדית.


מיטן נאכאנאנדע בלי אין וואוקס פונעם נייעם יישוב אין הר יונה האט זיך אויסגעפעלט אוועקצושטעלן מוסדות חינוך הטהור עטה"ק, געאייגנט פאר'ן ציבור בני ישוב הישן אין שטאט הר יונה תחת נשיאותם והדרכתם פין דו גדולי ומאורי ישראל מנהיגי קהילות הקודש, צווישן זיי קהילות תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא, קהל חסידי ירושלים, ברסלב, פרושים אין נאך.


אין אן אסיפה פאררופן דורך כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מיט די חשוב'ע יונגעלייט און עסקני הישוב, האט דער רבי שליט"א אויפגענומען מוה"ר יעקב מינצבערג שליט"א צו שטיין בראש פונעם תלמוד תורה, און מוה"ר יהושע עהרנטאל הי"ו אנצופירן מיט'ן בית חינוך לבנות, די חשוב'ע יונגעלייט האבן אנגענומען דער מינוי, און אריינגעשפרונגען אין דעם פראיעקט אויפצושטעלן מוסדות חינוך הטהור פאר בני ישוב הישן אין דעם נייעם געגענט. אויף דעם אלטען אויסגעטראטענעם דרך המסורה לנו מדור דור.


נאך וואס די יונגעלייט האבן גענומען אויף זיך דער תפקיד, איז אין די לעצטע טעג פארגעקומען א היסטארישער "אסיפת היסוד" בראשות כ"ק מרנן גדולי ישראל שליט"א מנהיגי קהלות הקודש בני ישוב הישן בארה"ק, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהלות הפרושים שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ העדה החרדית ומרבני קהל אנשי ירושלים און הגאון הגדול רבי שלמה מינצבערג שליט"א מנהיג קהל תפארת ירושלים.


ביים אסיפה האבן די גדולי ישראל געטרונקען 'לחיים' און אנגעוואונטשן די חשוב'ע מנהלים ר' יעקב מינצבערג און ר' יהושע עהרנטאל, ווען צום שלוס האבן זיי אפגעשריבן א ווארימע המלצה פאר נדיבי עם צו שטיצן און העלפן אויפבויען די מוסדות עטה"ק אינעם נייעם ישוב.


ווי ערווענט, וועלן די נייע תלמוד תורה און בית חינוך לבנות עטה"ק אי"ה געעפנט ווערן קומענדיגן חודש חשון תשפ"ג געאייגנט פאר א גרויסער ציבור בני ישוב הישן וועלכע באזעצן זיך אינעם נייעם "הר יונה" געגנט אין שטאט נוף הגליל, צפון ארץ ישראל, ווען סיי די תלמוד תורה און אויך דער בית חינוך לבנות וועלן אי"ה גלייך געעפנט ווערן מיט די מערהייט קלאסן, נעמענדיג אין באטראכט אדי צענדליגער קינדער געבענטשטע פאמיליעס וואס ציען זיך אריבער קיין הר יונה.

























bottom of page