top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן ביי לוי' פון הקדוש ר' דוד שווארץ הי"ד אומגעקומען אויפן פראנט אין עזה

דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


די וואך דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויסגעפארן קיין כפר עציון, זיך צו באטייליגן ביי די לוויה פון א נאנטער ידיד בחצר הקודש באיאן, הקדוש ר' דוד שווארץ ע"ה, וועלכער איז ליידער אומגעקומען אין די שרעקליכע מלחמה אין עזה. דער נפטר פלעגט קומען קיין באיאן תמידין כסדרן, און כסדר מיטגעהאלטן די טישן ביים באיאנער רבי'ן, איבערהויפט די מעמדי הדלקה ביום ל"ג בעומר אין מירון, נאך וואס די גאנצע משפחה זיינע האלט זיך נאנט מיט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.


ביי די לוויה האט זיך אויך באטייליגט הגאון ר' דניאל אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם, ביי וועם דער נפטר פלעגט וועכנטליך מיטהאלטן די שיעורים, און זיך געקאכט אין זיינע מאמרים, די צוויי גדולים האבן א לענגערע צייט מנחם געווען די צובראכענע משפחה און זיי מחזק געווען בדברי עידוד ונחמה.






Comments


bottom of page