top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סיום ימי השבעה: עלי' לציון און עצרת הספד ככלות השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה

  • sfbechatzros
  • 4 בספט׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן

דעם דינסטאג ככלות השבעה להסתלקותו לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, איז בנו ממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א ארויף צום ציון אינעם קרעטשניפער אהל במרומי הר הזיתים בראש קהל חסידיו, אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא שליט"א, און די איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל.


דער רבי שליט"א האט געזאגט די מזמורי תהלים און דערנאך קדיש ברוב דביקות ומתינות אויפן קרעטשניפער נוסח, ווען דער רבי שליט"א האט געענדיגט זאגן קדיש האט ער מכבד געווען דעם יונגערן ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא שליט"א צו זאגן קדיש.


נאכן עלי' לציון זענען די פילע חסידים אריבער דעם רבי'ן איבערצוגעבן קוויטלעך אויף א לענגערע צייט קרוב צו צוויי שעה, ווען אינמיטן האט מען געמוזט מפסיק זיין צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען קרוב צום זמן רבינו תם, און מען האט געדארפט גיין דאווענען מנחה.


נאך תפלת מנחה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום עצרת הספד והתעוררות ככלות השבעה אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין שכונת בית ישראל נישט ווייט פונעם קרעטשניפער הויף, עס איז געהערט געווארן דברי הספד דורך חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אב"ד תולדות אהרן מאנסי, וועלכע האט מחזק געווען די חסידים צו גיין אין די דרכים וואס דער רבי זצ"ל האט אונז געלערנט.


דערנאך איז געהערט געווארן די דרשה פון הרה"ג ר' שמשון רפאל ערלאנגער שליט"א פון בני ברק, וועלכע האט ארויסגעברענגט וואס עס האט זיך דערקענט פונעם רבינ'ס דמות א צורה פון א אמאליגע צדיק וועלכע האט געדינט דעם אייבערשטן כחד מקדמאי. דערביי איז געהערט געווארן א דרשה פון הגה"צ רבי יעקב מייזליש שליט"א אב"ד עבודת הלב ליעזש.


דער משא ההספד איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכע האט מיט א קול בוכים באוויינט די ביטערע אבידה שאין לה תמורה, און פארברייטערט די נקודות פון די הנהגות וואס מען האט געזעהן ביים רבי'ן זצ"ל און וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. דערביי האט דער רבי שליט"א געבעטן פונעם ציבור אז מען זאל זיך מקבל זיין צו לערנען משניות לע"נ נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל.


צום שלוס האט דער רבי שליט"א מכתיר געוווען אחיו הצעיר הרה"צ רבי ניסן חיים מרדכי שליט"א אלס אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא, ווי באריכטעט.


דערנאך איז געהערט געווארן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא שליט"א, וועלכע האט מעורר געווען, אז דער רצון צדיק פונעם טאטן זצ"ל איז געווען צו מחזק זיין די חבורות בחורים און חבורת האברכים, און עס איז זיכער אז דער גרעסטער נייחא לנשמתו הטהורה איז דאס ממשיך צו זיין ביתר שאת וביתר עוז.


נאכן מעמד האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א געדאווענט מעריב פארן עמוד דארט אין ביהמ"ד, און ממשיך געווען פאר א לענגערע צייט מיטן נעמען קוויטלעך פון די חסידים.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page