top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד 'דברי חיים צאנז זמיגראד' דורך ר' משה מענדל גליק ויוצ"ח

פרייטאג פ' חקת בלק - י"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


די פאַרלאָפענע זונטאָג האָבן המוני תושבי העיר קרית יואל זיך מיטגעפריידט מיט דער גרויסער שמחת הכנסת ספר תורה וואָס איז געשריבן און אַריינגעגעבן געוואָרן צום ביהמ''ד דברי חיים צאנז זמיגראד דורך הרבני החסיד מו"ה משה מענדל גליק שליט"א ובני משּפחתו.


אין די אָווענט שטונדן איז דער ספר תורה אַרויס אויף די גאַסן פון בלומינגגראָוו, אין באַ גלייטונג פון פייערליכע טענץ, בקול גילת ורנן. עס איז געווען קענטיג אַ גרויסער ציבור ידידים וקרובים. דער ספר תורה איז אַריינגעפירט געוואָרן צום בית המדרש דברי חיים צאַנז זמיגראַד, וואו מען האָט געהאַט די זכי' אַז כ"ק אדמו"ר מצאַנז זמיגראַד שליט"א האָט זיך פערזענליך באַטייליגט, געטאַנצן מיט דער ספר תורה ברחובה של עיר און דאַ ן פאָרגעזאָגט מיט גרויס התעוררות "לדוד מזמור".


דערנאך איז געפראוועט געווארן אַ מסיבת לחיים לגומרה של תורה אין היכל ביהמ"ד וואו דער רבי שליט"א האָט משמיע געווען דברי ברכה לכבודו פון דעם בעל שמחה הרה"ח רבי משה מענדל שליט"א, און מען האָט זיך אַ לענגערע צייט משמח געווען לכבודה של תורה!

bottom of page