top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרישע פסק הלכה פון גדולי הרבנים ופוסקי דורנו נישט מאכן 'א מזונות' אויף מזונות ברויטן און ראאלס

דאנערשטאג פ' ואתחנן - ט' אב תשפ"ג | קול בחצרות


באנייט דעם הלכה - רוף פון די פריערדיגע גרעסטע תורה והוראה ריזן ביי כלל ישראל - התעוררות קומט נאך א פארשפרייטן אומוויסענקייט ווען מ'איז יא אדער נישט מחיוב אין נטילת ידים און ברהמ"ז-דאורייתא - דעות שונות צי מ'קען יא אדער נישט מאכן אויף 'זיי' אן המוציא; מיט א צד השווה אז 'א מזונות' זיכער נישט - רבנים הגאונים שליט"א מעלדן וועגן רעדן קומענדיגן שבת, ווען מ'לערנט פרשת 'ואכלת ושבעת וברכת', איבער'ן הארבקייט פון זיך נישט וואשן און נישט בענטשן ביים עסן א.ג. 'מזונות ברויט און ראאלס' - 'ישראל קדושים הם': פילע מוסדות, קעמפס, געשעפטן און בעקערייען שטעלן אפ אין די טעג דעם באנוץ פון די געבעקסן וואס זענען אונטער'ן ערענסטן שאלה פון א ברכת המוציא און ברהמ"ז.


א מאסיווער אפקלינגענדער אויפוואכונג איז דא ביים יהדות החרדית בגולה, איבער נישט מאכן קיין 'מזונות' אויף די אזוי גערופענע 'מזונות ברויט און ראאלס'. דאס קומט פונ'ם ערשיינונג פון א מכתב פסק הלכה פון צענדליגע בארימטע גדולי ועמודי הוראה, פוסקי דורנו שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן פון חרדי'שן אידנטום אין ניו יארק.


אין דעם מכתב - שוין פארעפנטליכט דא פאר א צוויי וואכן צוריק - שרייבן די גדולי הפוסקים והדיינים שליט"א, אז אזוי ווי די אלע סארט מזונות-ברויטן, מזונות-ראאלס און מזונות-סענדוויטשן זענען פארבינדן מיט גאר ערנסטע שאלות בהלכה, וויבאלד לויט רוב פוסקים האט עס נישט די הלכה ווי א 'פת הבא בכיסנין', זאל מען אויף זיי 'נישט מאכן קיין מזונות' אפילו ווען מ'עסט נאר אביסל דערפון. ווי נאר דער דאזיגער פסק הלכה איז ערשינען האט עס באלד געהאט דעם וויכטיגן און גינסטיגן אפקלאנג.


די דאזיגע הלכה-רוף פון גדולי וגאוני זמננו שליט"א, איז אייגענטליך א המשך פונעם אומצוויידייטיגן קלארן פסק הלכה פון די פריערדיגע גרעסטע תורה והוראה ריזן ביי כלל ישראל, וועלכע האבן שוין בשעתם קלארגעשטעלט אז דאס איז א מכשול הרבים. צווישן זיי איז מרן בעל שבט הלוי זצ"ל וועלכער שרייבט גאר שארף קעגן געבן צו עסן אזוינע ברויטן און ראאלס "אלס מזונות", און ער שרייבט צווישן זיינע ווערטער "עס איז נישט שייך א גרעסערן זלזול אין די מצוות פון נטילת ידים וברכת המזון, מער ווי דעם".


אין דעם יעצטיגן פסק הלכה דערמאנען טאקע די רבנים הגאונים שליט"א, אז כידוע האבן שוין גדולי פוסקי הדור הקודם זצ"ל מעורר געווען אויף דעם. הרה"ג רבי יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א מו"ץ בבית הוראה פאפא אין קארלסבורג, ברענגט באזונדער ליד חתימת ידו - אין דעם פסק הלכה - פסק רבו הגה"ק בעל ויחי יוסף זצ"ל וואס ער האט אליין געהערט מפה קדשו, און אזוי אויך הרה"ג דעברעצינער רב שליט"א פסק אביו הגאון הגדול בעל 'באר משה' זצ"ל, אז מ'זאל "אויף זיי" נישט מאכן קיין מזונות. אויך טוט אין די טעג ערשיינען א בריוו פון הרה"ג רבי משה רוטה שליט"א איבער דעת אביו הגאון הגדול דער בעל עמק התשובה זצ"ל, אז די אלע סארטן ראאלס ברויטן און סענדוויטשן וועלכע ווערן פארקויפט כהיום, טאר מען נישט אויף זיי א מזונות אפילו ווען מ'עסט נאר אביסל דערפון, און אפילו נישט באופן עראי, וויבאלד מ'פילט נישט גאר שטארק די זיסקייט דערפון.


אינטערעסאנט אז אין א קול קורא וואס איז ארויסגעקומען שוין מיט דרייסיג יאר צוריק - גע'חתמ'ט דורך הגאון הצדיק רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ"ל און נאך אנדערע - שטייט דערין ווי ווייט מ'דארף זיין נזהר נישט צו מזלזל זיין אין נטילת ידים, און אז ס'ברענגט ח"ו עניות ווי דער ר"ת פון ע'ל נ'טילת י'דים איז ענ"י; און עס ווערט דארט אויסגעפירט "לבל יהי' דבר זה קלה בעיניכם, שבשביל הרווחת כמה דקות לעבור על הלכות קבועות הנ"ל" אז צוליב עטליכע מינוט וואס מ'פארדינט זאל מען עובר זיין אויף אזעלכע הארבע הלכות.


דעם יאר האבן אסאך רבנים מעורר געווען, אז די שאלה איז היינט פיל הארבער געווארן ווי אמאל, וויבאלד די ראאלס און סענדוויטשן וואס מענטשן עסן טעגליך, פרישטאג, מיטאג אדער נאכטמאל, נוצן זיי דאס אנשטאט געהעריגע ברויט, דערפאר אלס דעם אליינס באקומט עס דאס חשיבות פון 'לחם', און עס האט בכלל נישט אן הלכה ווי 'פת הבא בכיסנין'.


צווישן די חותמי הפסק הלכה, און ווי אויך צווישן די פוסקי דור הקודם, איז דא דעות ושיטות שונות לגבי די א.ג. 'מזונות ברויט און ראאלס' צי מ'קען זיך אויף זיי וואשן; מאכן המוציא און בענטשן, אדער מ'דארף נעמען פאר נטילת ידים וברכת המוציא, א ריכטיגן שטיקל המוציא-ברויט. יעדער איד טוט געוויס כהוראת רבו ודיינו. וואס ס'איז אבער אן הצד השוה שבהן, אז אלע נעמען אן להלכה אז 'א מזונות' זאל מען נישט מאכן אויף 'זיי'.


ביים וועד הפועל פאר'ן דאזיגן התעוררות און פסק הלכה - ה"ה, הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, הרה"ג ר' יושע לייפער שליט"א, הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א - איז די טעג געקומען לידיעתם, וועגן א צאל רבנים ויושבין על מדין, וואס וועלן קומענדיגן שבת - פרשת 'ואכלת ושבעת וברכת' - דערפון באזונדערס רעדן און מעורר זיין, איבער דעם אז מ'זאל איבערגעבן ביי זיך אין שטוב און מחנך זיין די קינדער את המעשה אשר יעשון, אז מ'זאל וויסן נישט צו מאכן א מזונות אויף זיי. חשוב'ע רבנים האבן אנגעמערקט, אז מען דארף אויך רעדן פונעם חלק 'עשה טוב' אויך, אז ס'איז דאך דא אזויפיל בדברי חז"ל, בדברי קדמונים, ראשונים ואחרונים, איבער'ן גודל החיוב וגודל הענין והסגולה פון קיום מצות ברכת המזון, און ווי אויך לגבי דיני נטילת ידים.


צווישן די פעולות פון די דאזיגע גדולי וגאוני חברי וועד הפועל שליט"א, איז אז זיי האבן אין די טעג זיך פארבינדן צו בעקערייען און פאבריקאנטן, צו בעטן אז די אלע ברויטן און זעמל (געהעריגע "ראאלס", "בייגל", "סעסעמי סטיקס", "באנס" און "פיטאס") וואס ווערן גענוצט אויף א טעגליכן פארנעם, זאלן מהיום והלאה נישט געמאכט ווערן אלס "מזונות", נאר געהעריגע "המוציא" טייג, און עס זאל שטיין דערויף "ברכתו המוציא".


די רבנים געבן איבער א הוראה אז אויב ס'איז דא א פארלאנג פאר "מזונות ראאלס" ביי א צורך גדול, צ.ב.ש. פאר מענטשן וואס פארן אויפן פליגער, זאל מען מאכן א ספעציעלע "הולכי דרכים" ראאל, מיט די פאלגענדע תנאים:


א] עס דארף זיין ״שטארק זיס״ אז ס'זאל שטערן צו עסן צופיל צוליב דעם זיסקייט דערפון. ב] עס דארף זיין קלענער פונעם שיעור פון ד' ביצים (בערך 200 מ"ל לויטן שיעור פון ר' חיים נאה); אנדערש ווי יעצטיגע מזונות ראלס וואס זענען מער ווי דעם שיעור. ג] עס זאל שטיין אויף יעדן ראאל אויפ'ן פלאסטיק דערפון אז מען קען עסן נאר ״איין דערפון״, עס זאל נישט זיין קביעות סעודה. ד] מען זאל מאכן נאר איין סארט דערפון וואס מען זאל וויסן אז די איין סארט מיט דעם צורה איז א מזונות.


שרייבנדיג די שורות, שוין א וואך-צוויי נאכ'ן ערשיינונג פונעם פסק דין מפוסקי זמנינו שליט"א, איז שוין דא א לענגערע ליסטע פון מוסדות, קעמפס, גראסעריס און בעקערייען, וואס האבן גענצליך אפגעשטעלט דעם באנוץ פון די געבעקסן וואס ברענגען צו שווערע מכשולות בנוגע ברכתם לה'. כסדר וואקסט די ליסטע מער און מער - ישראל קדושים וזהירים הם!.


אזוי אויך זענען שוין - זינט'ן ארויסקום פון פסק הלכה - געווען עטליכע זיצונגען ביי די גרעסטע קהילות קדושות; אינערהאלב זייער וועד הכשרות, וועגן אונטערנעמען די הלכה'דיגע מאסמאנען פאר די בעקערייען, רעסטוראנטן א.א.וו. וואס איז אונטער זייער השגחה. אזוי אויך איז דארט אויסגעשמועסט געווארן וועגן ארויסצוקומען מיט פונקטליכע פארשריפטן און אנווייזונגען ווי זיך צו פירן בנוגע די סארט ברויטן, ראאלס און סענדוויטשעס, וואס זענען הלכה'דיג נישט קיין מזונות.


ועשית ככל אשר יורוך.



Opmerkingen


bottom of page