top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב באוויינען פטירה פון הנגיד החסיד ר' לייבל רובין ז"ל עמוד התווך פון קהילת אין מוסדות באבוב ברחבי תבל

זונטאג פ' ויחי • י"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי באבוב האבן דעם פרייטאג באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו של אחד המיוחד שבחבורה הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה רודף צדקה וחסד הרב ר' לייבל רובין זכרונו לברכה, די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול באבוב אויף די 15 עוו. אין בארא פארק וואו הונדערטער אידן זקנים עם נערים האבן אפגעגעבן ד כבוד האחרון פארן חשובע נפטר ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


ע"פ פקודת הקודש פונעם באבובער רב שליט"א האבן זיך אויך די עלטערע קינדער תלמודי הת"ת אין די בחורי הישיבות באטייליגט ביים לויה. געעפענט די הספדים האט הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א בשליחות הקודש ווי ער האט אנגעהויבן, 'לאו ספדנא אנא' זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס ער איז מספיד - נאך די פערזענדליכער בקשה פון אביו הגדול לכבודו פונעם חשובע נפטר, ער האט ארויסגעברענגט די גוט הארץ פון ר' לייבל און ווי ער איז געשטאנען גרייט בכל עת ועידן לכל קדשי בית באבוב און ספעציעל מיט זיין התחזקות וואס ער האט אריינגעגעבן און די עסקנים און ווי ער האט אויפגענומען יעדעם בסבר פנים יפות, ער האט דערמאנט אז מ'שטייט דא סמוך ונראה צום היכל התורה 'משנת יונה' וואס איז געבויעט געווארן דורכן חשובע נפטר וואו דער קול תורה הילכט אפ שוין אריבער פופצן יאהר מן הבוקר ועד הערב, הרב חיים שלום האט אויסגערעכנט עטליכע גאר גרויסע אינטערנעמונגען וואס ר' לייבל האט גענומען אויף זיך אין די לעצטערע יארן, צווישן זיי די נייע בניני המוסדות אין בארא פארק אין די בנינים אין ארץ ישראל וואס ער האט גענומען אויף זיך די חלק הארי, ער האט זיך אויסגעדריקט אז די טאטע האט געזאגט אז ער פילט וואו ער האט פארלוירן א פערזענליכע ידיד וואס איז איהם אייביג געשטאנען צו די האנט גרייט צו העלפן בכל אשר ביכלתו, אויך האט ער דערמאנט אז ר' לייבל האט אויסגעצאלט די הוצאת הרפואה בערוב ימיו פון הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצ"ל און בעולם העליון וועט ער איהם זיכער מכיר טובה זיין דערויף. דאס אלעס אין צוגאב צו די פילע צדקות וואס ר' לייבל האט געגעבן בלא ידועים שטילערהייט וואס מ'וועט קיינמאל נישט וויסן בבחינת ארי במסתרים.


דערנאך האט מספיד געוועהן הגה"צ דומ"צ באבוב שליט"א  וועלכע האט ארויסגעברענגט זיין געטריישאפט צו די קהילה אין די מוסדות  און צדקת פזרונו פאר יעדע איד אין יעדער מצב, דערנאך האבן מספיד געווען בניו הרה"ח ר' שמחה שלמה און הרבני הנגיד ר' משה, נאך די הספדים האבן הונדערטער אידן באגלייט די מטה ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, כ"ק האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א אין נאך חשובע רבנים ואנשי שם - אויפן וועג צום באבובער בית החיים ווי ער איז געברענגט געווארן לקבורה סמוך ונראה צום אהל אדמור"י בית באבוב, ביים סתימת הגולל האבן זיך אנגעזעהן הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


ר' לייבל איז געווען נפש יקר און צוגעלאזן צו יעדער איד און איז געווען אדוק ומקושר לצדיקי בית באבוב ובפרט האט ער אנגעהאלטן א קשר אמיץ מיט מורו ורבו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און איז געשטאנען לימין צדקו להרמת קרן התורה והחסידות אויף א הפלא'דיגע פארנעם, די לעצטע עטליכע יאר איז ר' לייבל נישט געווען געזונט, דורכאויס יענעם שווערן תקופה איז די באבובער רב עטליכע מאל ארויפגעקומען מבקר חולה זיין, ווי פאריאר בעצם יום הפורים. היי יאר די ערשטע טאג ראש השנה האט ר' לייבל נאך געדאווענט על מקומו הקבוע אין ביהמ"ד הגדול באבוב ווי ער איז מכובד געווארן מיט א עליה לתורה, אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד איז ער ליידער צוזאמגעפאלן און באלד אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און גאר א קריטישע מצב.


דעם פארגאנגענעם וואך איז ר' לייבל ווידער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און גאר א שמאלע מצב, ליל שישי בלויז עטליכע שעה בעפאר די פטירה איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין א זעלטענעם ערשיינונג אנגעקומען צום מיימאנאדיס שפיטאל וואו די רב שליט"א האט זיך געזעגענט פונעם חשובן נפטר, כחצות הלילה האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה לדאבון לב משפחתו מכיריו און חסידי באבוב ברחבי תבל.


ר' לייבל איז געווען די נדיב בה"א הידוע וואס האט געגאסן שווערע מיליאנען דאלארן  אין יעדע געלעגנהייט אויפצובויען די קהילות ומוסדות ברחבי תבל. צווישן די פילע בנינים וועלכע שטאלצירן מיט ר' לייבל'ס נאמען איז די ריזן בנין האדיר נייעם ת"ת בני ציון ד'באבוב אין בארא פארק וואס רבי לייבל האט אפגעקויפט פאר די אסטראנאמישע סומע פון איבער 15 מיליאן דאלאר ועל שמו נקרא 'בנין לייבל רובין', אויך די נייע בניני המוסדות אין ארץ ישראל די בנין הת"ת אין ירושלים און די בנין הישיבה קטנה חכמת שלמה אין בני ברק, ביידע בנדבתו פון הנגיד ר' לייבל, אזוי אויך האט ער נישט לאנג צוריק אפגעקויפט די שם הבנין פאר די נייע ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב אין ירושלים פאר די ריזן סכום פון זעקס מיליאן דאלאר, די בנין הת"ת אין מאנסי - בנין רובין, די בנין ביהמ"ד הגדול אין מאנסי תפילת מרדכי, די באקאנטע און פון די סאמע ערשטע היכלי התורה אין בארא פארק 'משנת יונה', די חתונה זאל עטרת גאלדא, די נייע צוגעבויעטע חלק פון מחנה גילה ד'באבוב - חיל גאלדא, כולל עיון ד'באבוב, חבורת אור התלמיד און נאך פילע צדקה אקטיוועטן אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אויסער זיין פזרנות פאר פריוואטע צוועקן במדה גדושה.


ת.נ.צ.ב.ה.



























Comments


bottom of page