top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צפת • האד' מקאמארנא אפגעראכטן הילולא פונעם ארי' הק' זי"ע אינאיינעם מיט ישיבת המקובלים בנשיאותו

מונטאג פ' ואתחנן - ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


נעכטן זינטאג ה' מנחם אב ביומא דהילולא קדישא פון המקובל האלוקי מרן האר"י הקדוש זי"ע מנחיל תורת הנסתר איז כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א ארויסגעפארן אויף א נסיעה קיין עיר הקודש צפת אשר שם חלקת מחוקק ספון פונעם הייליגן אר"י זכותו יגן עלינו אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת המקובלים 'נשמת שלום' וועלכע שטייט בנשיאתו פונעם רבי'ן שליט''א. מען האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' בעצם יומא דהילולא אין דאן איז פארגעקומען א שיינעם סעודת הילולא אין א זאל אין אלט-שטאט צפת, ווי די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש פאר די חשובע אינגעלייט.


נאכן עריכת השולחן איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון ווי מען האט געדאוונט מעריב ברוב עם הדרת מלך ביים ציון הקדוש פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
























Commentaires


bottom of page