נעכטן דינסטאג ביינאכט איז געפראוועט געווארן א גאר אינהאלסטרייכע מעמד ספעציעל געאייגענט פאר די עלטערע יודן פון העכער זעכציג יאר פון קהלת סאטמאר-מהר"א. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אן ערהאבן בילד פון קרוב צו טויזענט זקני חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן נאך געהאט די זכיה צו נאשן און צו קונה זיין תורה ויראת שמים און די ריכטיגע ריינע השקפה בהלו נרו על ראשינו פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, ווען אט די יודן זענען געווען פאררעכענט אלס 'זיינע תלמידים' בימים ההם אין די ישיבה אין סענס סטריט וואו דער רבי זי"ע פלעגט וועכענטליך קומען פארהערן די בחורים און זיך אפגעגעבן מיט יעדן תלמיד באזונדער.
דאס איז שוין א לענגערע צייט וואס אין קהלת סאטמאר - מהר"א ווערן די עלטערע יודן ארויסגעהויבן מיט גרויס כבוד און עהרע, בפרט נאך דעם היסטארישן 'שבת אהבת קדומים' מיט עטליכע יאר צוריק וועלכע האט ארויפגעברענגט די וויכטיגקייט ארויפקוקן און שעפן עובדות והנהגות פונעם עלטערן דור וועלכע געדענקען נאך דעם גלאארריכן אמאל. דער איצטיגער מעמד אדיר איז געווען ווי א המשך צו דעם דעמאלטיגן שבת און איז געווען קאמבאנירט מיט א 'סיום ששה סדרי משנה' וועלכע ווערט געלערנט דורך די זקנים טעגליך אינאיינעם מיט א 'סעודת הודאה' אז די עלטערע יודן האבן בחסדי השם ברוב רחמיו איבערגעלעבט די ביטערע מגיפה. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו די געפולען שרייען ארויס פון זיך אליין און טרערן האבן זיך געגאסן פון התרגשות, זעהענדיג די מחזה הוד ווי די טויזענט קעפיגע ציבור חברי אהבת קדומים תלמידי רבינו הק' זי"ע און שפיץ פונעם ראש החברותא קדישתא כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, לויבן און דאנקן השית על הטוב שעשית עמדי כי אורך ימים ושנות חיים!
דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן פארשידענע ענינים פאר די עלטערע יודן: א. דאס דאווענען זאל זיין מיט א רוהיגקייט און א מתינות און נישט געיאגט און דאנקען דעם באשעפער על כל החסד אשר עשה עמנו. ב. האבן א שיעור קבוע יעדע נאכט לערנען אין משניות, חק לישראל און חומש רש"י, גיין נאך געלט אדער ארום קאלן נאך געלט און זיך האלטן פריש. ג. דער רבי האט שטארק געפאדערט פון די עלטערע יודן מקיים צו זיין דעם 'זקינך ויאמרו לך' און דערציילן פאר די יונגע דור דאס וואס מ'האט געזען אמאל. דערביי איז געמאלדן געווארן פון 'בית רבינו' אז אנגעהויבן פון די קומענדיגע וואך וועט די ערשטע האלבע שעה פון 'קבלת קהל' זיין געווידמעט ספעציעל פאר די עלטערע יודן לקיים 'והדרת פני זקן'.
Comments