אין די צייט וואס אין מדינת ישראל איז היינט געמאלדן געווארן אז מ'וועט אנהייבן נאכלאזן פון די ביז יצטיגע שטרענגע רעגולאציעס וואס זענען אונטערגענומען געווארן אין לויף פון די פארלאפענע וואכן, זענען דא ערענסע פלענער ביי מערערע ישיבות צוריק צו עפענען די טויערן פון די בניני הישיבה און אנהייבן דעם זוממער-זמן אין בנין הישיבה, אין איינקלאנג צו די רעגולאציעס וואס די רעגירונג פארלאנגט. אזוי ווי ברייט-באריכטעט האט 'וועד הישיבות' פראקלעמירט א פלאן וואס איז אויך אדורך די באשטעטיגונג פון 'משרד הבריאות', א פלאן וואס לויטעט אז די בחורים זאלן צוטיילט ווערן אין קלענערע גרופעס און זיך אויפהאלטן פארשפארט אין לויף פון צוויי וואכן אין 'קפסולות' און נאך צוויי וואכן וועלן די בחורים ווערן ערלויבט צוריק אריינקומען אין די בניני הישיבות. צווישן די פילע ישיבות וואס האבן אנגענומען דעם פלאן איז אויך די בארימטע וויזניצ'ע ביוד"א ישיבה אין בני ברק, נאך א לענגערע זיצונג היינט בביתו נאוה קודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין חצור, און אין די יעצטיגע טעג ווערט פארענדיגט די נייע 'מקוה טהרה' וואס וועט זיך געפונען אין די בנין הישיבה, כדי די בחורים זאלן נישט דארפן ארויסגיין צו די שטאטישע מקוה אין בני ברק, נאר זיך גענצליך קענען אויפהאלטן אין בנין הישיבה. אזוי אויך איז געמאלדן געווארן פון די וויזניצ'ע ישיבה אין בראכפעלד אז דעם קומענדיגן זונטאג וועט מען עפענען די טויערן פון די ישיבה ווי עס געפונט זיך שוין א מקוה טהרה. נאכן פארלאנג פון כ''ק בעלזער רב שליט''א פון די מנהלי הישיבה קטנות אז מ'זאל אנהייבן די לימודים כסדרן, ווערט געמאלדן אז לויטן יעצטיגן פלאן וועלן די 2 ישיבה קטנות פון ירושלים און טעלז סטאון פלאצירט ווערן אין די קומענדיגע תקופה אינעם בנין ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא אין ירושלים אין איינקלאנג צו די רעגולאציעס. אויך פון 'ישיבת כוכב מיעקב טשעבין' ווערט איבערגעגעבן אז אנגעהויבן פון די קומענדיגע וואך וועט מען עפענען דעם בנין הישיבה פאר בחורים פון שיעור א' און ב' וואס וועלן זיך אויפהאלטן אין בנין הישיבה אין לויף פון 45 טעג און ס'וועט צוגעשטעלט ווערן אלע גשמיות'דיגע געברויכן כדי די בחורים זאלן קענען פארבלייבן פארשפארט דורכאויס די גאנצע צייט אין בנין הישיבה. די הנהלה גשמי פארלאנגט אז יעדער בחור זאל געבן א פקדון 2500 שקל, וואס וועט געהערן פאר די ישיבה אויב א בחור טוט פארלעצן איינע פון די רעגולאציעס. אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן איבער עטליכע אדמורי"ם שליט"א וואס האבן ביז היינט זיך אפגעהאלטן פון אויפנעמען דעם ציבור, וועלן צוריק אנהייבן קבלת קהל אין איינקלאנג צו די רעגולאציעס: כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א וועלכע איז געווען דער ערשטער צו פארשליסן די מוסדות התורה איבער די וועלט, האט צוריק אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לויט די רעגולאציעס. כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע האט די פארלאפענע וואך אנגעהויבן אויפנעמען בלויז עסקנים און כלל-טוער דורך א פענסטער, האט היינטיגן מיטוואך אויך אנגעהויבן אויפנעמען בעלי שמחות און טוט פארטיילן באטלעך וויין כנהוג, וועלכע ווערט איבערגעגעבן פאר די בעלי שמחה דורכ'ן גבאי. אויך מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וואס געפינט זיך די טעג אין חצור האט פון היינט אנגיעהויבן אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה די רבי זיצט אויף א טערראס אויפן ערשטן שטאק אין אונטן שטייען די חסידים אין קענען איבערגעבן דאס קוויטל פארן גבאי'ן וואס ווערט אריבערגעפירט צו רבין די רבי וועט יעדן טאג אויפנעמען קרוב צו 40 יודן וואס שרייבן זיך אריין אין א רשימה פון פאראויס.
Comments