מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי שוחרי תורה וחסידות אז כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א וועט ווייטער פארזעצן איבערצוגעבן די גאר באלערנדע שיעורים בהשקפה וביהדות. די שיעורים זענען איינגעטיילט אין עטליכע חלקים, וואו עס וועלן אי"ה ברייט אויסגעשמועסט ווערן אויף א קלארע שפראך השוה לכל נפש 'די יסוד און שיינקייט פון א איד', זינט מיר האבן אלע אינאיינעם אויסגעשריגן נעשה ונשמע און זיך אונטערגעווארפן אונטער דעם אויבערשטן און זיין תורה און מצוות און צו יעדע מצב און צו יעדע צייט לדורות עולם. ביי די שיעורים וועלן אויסגעשמועסט ווערן די פאלגענדע ענינים: א איד איז באגרעניצט אדער באגליקט מיט פרייהייט., וועמען דארף מען אויסהערן און וועמען טאר מען נישט?, ווי אזוי איז מען ריכטיג מחנך די קינדער אין אזא צומישטע וועלט?, ווי אזוי ספראוועט מען זיך, מיט די נישט יודישע גאס וואס איז אזוי נאנט צו אונז?, דארף מען אפשר אביסל נאכגעבן אדער טאר מען זיך נישט אוועקרירן? און נאך פיל יסודות'דיגע געדאנקען. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן איבערגעבן די גאר באלערענדע שיעורים איידער דעם יו"ט חנוכה תש"פ העעל"ט און עס איז געווען די ארגינאלע פלאן פארצוזעצן רעגעלמעסיג מיט די וואונדערבארע שיעורים. אבער עצת ה' היא תקום, און עס איז ארויפגעשווימען קופצו עליו רוגזו של 'טעראר אטאקע' בביתו נאוה קודש, דערנאך די ביטערע מגיפה. יעצט, שטטיענדיג ביים יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע - זיידע פון רבי'ן - איז א פאסיגע צייט ווייטער פארצוזעצן אויפצוהייבן יודישע נשמות לאביהם שבשמים דורך די גאר אינהאלטרייכע שיעורים. די די פערדע שיעור אין די סעריע שיעורים, ווערן אפגעהאלטן אין 'קהל נצח ישראל פארשעי' דעם דארנעשטאג בלק. שמעו ותחי נפשכם.
Comments