פרייד ביי חסידי ברסלב צו ערווארטעטע רענאוואציעס על יד ציון הקדוש פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע אין שטאט אומאן
- sfbechatzros
- 13false26 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

טויזנטער חסידי ברסלב נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז אין די יעצטיגע טעג ווערט פארעפנטליכט די ערשטע פלענער פון א מאסיווע צוויי מיליאן דאללערדיגע איבערבוי פראיעקט ביים ציון המצוינת פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע אין אומאן, ווי די גאנצע מקום הציון הקדוש וועט גענצליך ווערן איבערגעמאכט מיט א צורה חדשה אויף א נייע מסודר'דיגע אויסשטעל, באותו מקום ווי אלפים ורבבות מישראל זענען זיך שופך שיח רונדע דעם יאר, ובפרט בימי ראש השנה ווען עס קומען צו פארן קיין אומאן שווערע צענדליגער טויזענטער אידן פון איבעראל, און במשך די לעצטערע יארן איז געווארן זייער ענג די גאנצע אויסשטעל וואס האט פארשווערערט די הרחבת הדעת פון די מתפללים ומשטתחים ביים ציון הקדוש, איז מען אריינגעטאנצן אינעם קאסטבארן פראיעקט כדי די טויזענטער אידן וועלכע קומען זיך מתפלל זיין ביים הייליגן צדיק זאלן קענען מתפלל זיין מיט הרחבת הדעת אן קיין שטערונגען.
די מאסיווע קאנסטרוקציע איז געפלאנט במשך דעם גאנצן קומענדיגן ווינטער שנת תשפ"ו הבעל"ט, ווי דער רענאוואציע פלאן איז געפלאנט אויף א ברייטע שטח פון 1,800 מעטער ארום דעם ציון הקדוש, און נעמט אריין א גאנצע רייע פארבעסערונגען און חידושים וואס וועלן אהערשטעלן א וואונדערבארע לעזונג פאר די אומצאליגע מוטשענישן און שוועריקייטן וועלכע האט געפלאגט די צענדליגער טויזענטער מתפללים במשך די אלע יארן ביז אהער.
די ריזיגע פריאעקט נעמט אריין אין זיך א פראכטפולע ברייטע מקום מיוחד פאר די נשים צדקניות וועלכע קומען צום ציון הקדוש. אזוי אויך א באזונדערע ברייטע מתחם פאר כהנים לויט אלע חומרות והידורים אן קיין חשש פון טומאת מתים. באזונדערע ברייטע דריי היכלות התפלה צוטיילט פאר ברסלב'ע חסידים וועלכע דאוונען נוסח אשכנז, און נוסח ספרד, א באזונדערע היכל התפלה וואס זאל שטיין גרייט לעת הצורך אין די זמנים ווען עס איז דא א איבערפלוס פון מתפללים, און א באזונדערע "היכל הריקודין" ווי די חסידים וועלן קענען אפרעכטן מיט א רואיגקייט די ריקודין של שמחה נאך די תפילות, כמבואר בספריו פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע.
אין די זעלבע צייט ווערט ערווארטעט א דראסטישע שינוי אינעם אוהל הקדוש, נאכדעם וואס ביז יעצט האט דער מקום הציון גלייכצייטיג אויך געדינט אלס א בית המדרש פאר כסדר'דיגע מניני תפלה, און עס האט גורם געווען א שטארקע צושטיפעניש פאר די מתפללים ומשתטחים ביים ציון הקדוש, האפט מען מיט די יעצטיגע פרישע רענאוואציעס צו דעזיגנירן א באזונדערע היכל התפלה פאר אלע מניני התפלות, און די מקום הציון הק' וועט זיין געווידמעט בלויז פאר אמירת תהלים ותיקון הכללי, בכדי צו אויפלעזן די גרויסע אנגעלייגטקייט ביים מקום הציון וואס איז געשאפן געווארן אין די לעצטערע יארן.
אזוי אויך וועט זיין אהערגעשטעלט א ספעציעלע לאקאל צו זיך קענען דערכאפן דאס הארץ ביים מתפלל זיין ביים ציון הק', ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט אין אלע שעות פון טאג, אלע טעג פון יאר, ברייטע טעימה, קאווע, מזונות, א.ד.ג.
ברסלובער חסידים קוקן שוין ארויס מיט שפאנונג אויף די געוואלדיגע דערגרייכונג, מיטן האפענונג אריינצוגיין אין די אקטיווע בוי פאזעס תיכף נאך די ימים טובים, האפענטליך צו זיין גרייט ווי אמשנעלסטן להרחבת דעתן פון די מתפללים ביים ציון הקדוש, וואס איז היינט צוטאגס איינס פון די גרעסטע צוזאמפאר ערטער פון חסידישע אידן דורכאויס דעם יאר בארצות אייראפע.


