אברכי בוהוש תומכי המוסדות וועלן מיטלעבן ימי אורה וישועה ביי נסיעה רוממה קיין "קערעסטיר" בראשות האד' מבוהוש
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט רגשי קודש גרייטן זיך פילע יונגעלייט חסידי בוהוש מיטצוהאלטן אן ערשטמאליגע מסע רוממה צום עיר הקודש קערעסטיר, געווידמעט אויסשליסליך פאר א גרופע פון ארום הונדערט חסידים נדיבי לב תומכי המוסדות וועלכע שליסן זיך אן מיט סכומים הגונים ארויסצוהעלפן דעם רבי'ן שליט"א מיטן שווערן עול בהחזקת המוסדות און די ישיבות הקדושות דחסידי בוהוש, כאטש דער רבי האט שוין דעם ווינטעא אונטערגענומען א נסיעה צו די קברי אבות אין פולין אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות, איז די יעצטיגער נסיעה געווידמעט מיוחד פאר יונגעלייט וואס לאזן זיך קאסטן מיטן סכום פון 20,000 שקל פון פאראויס, און וועלן האבן די זעלטענע זכי' צו פראווען ימי אורה וישועה ביים פועל ישועות בקרב הארץ הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע בראשות פונעם רבי'ן שליט"א.
אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען דורך די עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון די נסיעה, און די גייסטרייכע מעמדי קודש ביי די הייליגע מקומות, על צד היותר טוב, אויפן בעסטן און שענסטן אופן.
מארגן מאנטאג ראה וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן מיט די פמליא חסידים פון ארצינו הקדושה קיין אונגארן, ווי מען וועט צום ערשט אנקומען קיין קערעסטיר אויף א געהויבענע מעמד בקשת רחמים ביים ציון הקדוש פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע, נאכגעפאלגט מיט א פראכטפולע מסיבת הוקרה והכרת הטוב פאר די חשובע משתתפי הנסיעה וואס לאזן זיך קאסטן מהונם ומגופם בדמי"ם תרתי משמע צו שטיצן די הייליגע מוסדות.
דורכאויס דינסטאג וועט מען פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים הקודמים שרפי מעלה אין קאלוב, ליסקא און אין איהעל וואו עס וועט פארקומען די מעמד נעילת ימי הנסיעה סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע בו ביום פונעם הילולא קדישא פונעם ממשיך שלשלת הקודש הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם דער רבי שליט"א איז ווי באקאנט אדוק ומקשור במורשתו ובמשנתו הטהורהץ מיטוואך נאכמיטאג וועט מען זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל אנגעפילט מיט זעק פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.
