קול רנה וישועה: אשדוד מיטגעלעבט געהויבענער שמחת נישואין במעונו פון האד' מפיטסבורג
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
מיט התרוממות וחדוות הלבבות האבן זיך הונדערטער חסידים מיטגעפריידט פארלאפענעם מיטוואך ביי די שמחה הגדולה אין די שטאט אשדוד, ווען עס איז בסימן טוב ובמזל טוב געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב הערשל אמזל שליט"א, אייניקל פון הגה"צ ר' זאב ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים.
דער מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען אינעם היכל הטישן אין ביהמ''ד הגדול פיטסבורג ווי מען האט געזינגען ניגוני דביקות, און געהערט דברי כיבושין פון בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער הי"ו, בשעתן מעמד קבלת פנים האט דער רבי שליט"א כמנהגו פארגעזינגען דעם פיטסבורגער 'הגידה לי' מיט גרויס השתפכות הנפש, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי יוסף לייפער שליט"א אבד"ק פיטסבורג בני ברק.
ביים מעמד החופה אויפן באדן פונעם ביהמ"ד הגדול האט מען געזינגען ווארימע ניגונים אנגעפירט דורך די פיטסבורגער קאפעליע, דער זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי יעקב האגער שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן דער זיידע הגאון רבי בנימין אמזל ראש כולל תורת יצחק, כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין שליט"א, און די פעטער'ס הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת, הגה"צ רבי יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג, הרה"צ רבי דוד דב ארנסטר שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. דערנאך האבן די אדמור"ים אנגעוואונטשן דעם ציבור און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
נאכן חופה איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פארן אבי הכלה דער פיטסבורגער רבי, און א פלאטע פון באסעס האט געפירט דעם ציבור צום סעודת החתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן גני החיד"א זאל אין שטאט. אין די זעלבע צייט האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת החתונה אויף א פריוואטער פארנעם אינאיינעם מיט די נגידים חשובים וועלכע זענען געקומען צופארן מעבר לים צו די חתונה.
קורצליך דערנאך איז די אבי הכלה דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, און דערויף איז ערשינען צום שמחה דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה.
במשך די שמחה מערערע האבן זיך משתתף געווען אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מדאראג, דזיקוב וויזניץ, וויזניץ בית שמש, טשארנאביל, סאדיגורא ירושלים, קרעטשניף כפר עטה, מיאלען, לעלוב בראנוביץ, אלעסק ארה"ק, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, דער רב הראשי הגאון רבי קלמן בער שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ און הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער רב דחסידי וויזניץ אין אמעריקא בני מרן אדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, אבד"ק סקולען בני ברק, אבד"ק אביר יעקב תל אביב, און פילע רבני העיר, אישי ציבור און עסקנים חשובים.
אין לויף פון די שמחה האט די פיטסבורגער רבי שליט"א געהויבן דעם ציבור טפח וטפחיים מיט ריקודין נלהבין, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן אבי החתן הגאון רבי אליעזר שלאמאוויטש שליט"א ראש ישיבת תורת חיים וויזניץ אלעד, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הגאון רבי גרשון מאיר פערל שליט"א רב ביהמ"ד זכר יצחק אשדוד, כ"ק אדמו"ר מאלעסק ארה"ק שליט"א, הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה, און הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.
נאכן בענטשן און שבע ברכות האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א איז געטאנצן אשת חיל לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים כמנהגו, און דאן געטאנצן לפני הכלה בעוז ותעצומות. דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער הי"ו אויפגערופן צום מצווה טאנץ דער זיידע הגאון רבי בנימין אמזל שליט"א, דערנאך האט דער זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים שליט"א אפגעראכטן די ריקודין כדרכו בקודש פאר ארום א שעה צייט, און דערנאך איז געטאנצן דער מחותן הגאון רבי אליעזר שלאמאוויטש שליט"א.
צום לעצט האט דער בדחן אויסגערופן מיט הארציגע חרוזין דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען די פיטסוברגער 'זכור אהבת קדומים' און 'אנא מלך' מיט גרויס דביקות און התרגשות, דער רבי האט דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, מיט א זעלטענעם התלהבות און התרגשות, דערנאך איז דער רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, דער מחותן, א ספעציעלע ריקוד מיט זיינע קינדער און געשוויסטער די בני משפחת המלוכה, און דערנאך מיט אלע געסט פון אויסלאנד.




























































































































































header.all-comments