top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלת מוסדות באבוב-45 קויפט אפ נייער שטח פארן געברויך פון די מתיבתא

מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי באבוב 45, איבער נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון נאכאנאנדע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב קהילה קדושה באבוב 45, ווען דער וואך איז געבראכן געווארן די דראסטישע נייעס איבער די מאסיווע און דריי-פאכיגע הרחבת גבולי הקדושה, וואס קומט צושטאנד מיטן גמר המקח אויף א גיגאנטישן שטח אין בארא פארק וואו עס וועט בסייעתא דשמיא געבויט ווערן א פרעכטיגע בנין פאר די מתיבתא. דאס קומט נאך וואס די יעצטיגע בנין אויף די צוויי-און-פופציגסטע גאס קען שוין נישט נאכקומען די געברויך, פאר די קרוב צו פיר הונדערט בחורים תלמידי הישיבה בלי עין הרע, און מיט יעדע פארבייגייענדע זמן ווערט דער בנין המתיבתא ענג אין צר מלהכיל, האט מען אצינד בסייעתא דשמיא געקלאוזט דעם מולטי מיליאן דאללער'דיגע מקח אויפ'ן נייעם שטח הענקי, די נייע בנין וועט געבויעט ווערן אויפן שטח וואס געפינט זיך ביים ווינקל פון בארא פארק אויף די פערצנטע עוועניו און די זיבן-און-דרייסיגסטע גאס, אין ציהט זיך אויס לענגאויס די גאנצע גאס ביז נאנט צו די אכט-און-דרייסיגסטע גאס.


די בנין וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א ריזן פרעכטיגן היכל הביהמ"ד מיט גענוג פלאץ פאר די הונדערטער בחורים יושבי אוהל, און פאר א ריזן אוצר הספרים, רחבות'דיגע חדרי האוכל, פילצאליגע שיעור צימערן, און א ספעציעלע חדר השיעורים ווי די ריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט פארלערנען די לומד'ישע שיעורים פאר די תלמידי שיעור ג' אין העכער. א גרויסע דארמיטארי פאר אויסלענדישע בחורים און נאך פיל אלעס אויף גאר א רחבות'דיגן אויסשטעל צו קענען אקאמאדירן די שנעלע און בליענדע וואוקס פון די מתיבתא.


די דראסטישע נייעס איז געבראכן געווארן ביים גרויסן מעמד קשר אחד – דעם יערליכן דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב 45, דורך הרב שמעלקא שלאַף מעסקני וועד קרן הבנין פונעם נייעם בית המדרש הגדול, ווען באזונדער איז די אויפבוי פון די נייע בנין המתיבתא א שטארקע שטופ פאראויס אין די גאלאפירנדע בוי ארבעט פונעם מרכז העולמי וואס שפאנט פאראויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, און מיטן אפקויף פון דעם נייעם שטח אויף וואס מען וועט בעז"ה אויפבויען דעם בנין המתיבתא, וועט ערמעגליכט ווערן דעם צווייטן פאזע פונעם בניית בית המדרש. ווען די בילדינג פון די בארא פארק 'וויי' וואס געפינט זיך ביי 50 און 14 וועט זיך אריבערציען אינעם יעצטיגן לאקאל פונעם מתיבתא, און ערמעגליכן אז די בית מדרש הגדול זאל קענען געבויט ווערן אויפן שטוינענד ריזן שטח אויף די גאנצע שטרעקע פון די ניין און פערציגסטע גאס ביז די 50'סטע גאס אויף די 14'נטע עוועניו, מיט אריינגענג אויף דריי באזונדערע גאסן וואס וועט שטארק פארגרינגערן דאס אריינקומען און ארויסגיין פאר די פילע באי בית המדרש.


אין די קומענדיגע תקופה וועלן זיך די תלמידי המתיבתא ארויסציען פונעם יעצטיגן בנין, וואו די קהילה וועט אונטערנעמען א פרישן קאנסטראקציע פראיעקט, אין איינווארפן דעם יעצטיגן בנין – די אכסניא של תורה שוין פאר די לעצטע קרוב צו צוואנציג יאר, און אויף איר ארט אויפבויען א נייעם פרעכטיגן בנין, וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן דורך די קהילה פאר די בארא פארק 'וויי'. די עסקנים זענען שוין געזעצן דורכאויס די לעצטערע חדשים, אויף מערערע זיצונגען מיט די קאנטראקטערס און ארכיטעקטן אויסצוארבעטן די פונקטליכע פלענער און פרטים פאר די נייע בנין המתיבתא, ווען פאר יעדע פראיעקט איז באזונדער אויפגענומען געווארן א וועד מיט ענערגישע עסקנים, צו קענען פאראויסצומארשירן מיט די מאסיווע פלענער וועלעכע האלטן שוין אין די טיפע פאזעס.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנינים!

Comments


bottom of page