top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסטאניסלאוו באזוכט אין ארץ ישראל לרגל הילולא פון זקינו הרה"ק רבי איתמר מנדבורנא זיע"א

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרדיט איציק ו.


כ''ק האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט''א איז דער וואך אנגעקומען אויף א קורצע בארץ הקודש לרגל די פופציגסטע הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק ר' איתמר'ל פון נדבורנא זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן נעכטן זינטיג כ''ב סיוון.


שבת האט די רבי געוויילט אין עיה''ק ירושלים אויף א שבת התאחדות מיט די קהל חסידיו אין יוצאים פון די סטאניסלאב'ער ישיבה אין מאנסי אינגעלייט אין אויך די בחורים וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.


דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אלע תפילות אין טישן אין די סאסוב'ער ביהמ''ד אויף רחוב רש''י אין ירושלים, פרייטיג צונאכטס איז די רבי אריינגעקומען צום טיש אנגעהויבן פון שלום עליכם אין מיטגעגעסן די סעודה מיט די חסידים.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט די רבי געוואקט צו די מעלות דפנה געגענט אין ירושלים - א מהלך פון א האלבע שעה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת עלייה לתורה פון אן אייניקל ביים רבי'נס ברידער כ''ק האדמו''ר מלינסק שליט''א.


ביי די טישן דורכאויס שבת האבן זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור תושבי ירושלים צווישן זיי האדמו''רים מזוטשקא ירושלים, דזיקוב ירושלים, קעכניא, גיסו הגה''צ רבי יעקב אלי' הורונציק מלעלוב, אין נאך.


מוצאי שבת האט די רבי אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אין סעודות הילולא לרגל די יארצייט פונעם זיידן הרה''ק רבי איתמר'ל מנדבורנא זי''ע ווי די רבי האט דערציילט סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא.


נעכטן זינטיג בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים אין דערנאך געוועהן אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו, נאכמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבין בבית האכסניא כ''ק האדמו''ר מנדבורנה ירושלים שליט''א, אין באנאכט נאך מעריב האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין מאנסי.













Комментарии


bottom of page